Page 14 - Shmuel a
P. 14

‫שמוּאל א‬

‫מ ַײז און די געשטאַלטן פֿון זײערע בלאָטערן‪ 12 .‬און די קי האָבן זיך‬
‫פֿאַרנומען גל ַײך מיטן װעג‪ ,‬אױפֿן װעג פֿון בית‪ֶ -‬ש ֶמש; אױף אײן‬
‫שליאַך ז ַײנען זײ געגאַנגען‪ ,‬געגאַנגען און געמרוקעט‪ ,‬און זײ האָבן‬
‫זיך ניט אָפּגעקערט רעכטס אָדער לינקס‪ .‬און די פֿירשטן פֿון די‬
‫פּלשתּים ז ַײנען געגאַנגען הינטער זײ ביז דעם געמאַרק פֿון בית‪-‬‬

                                                                  ‫ֶש ֶמש‪.‬‬

‫‪ 13‬און די בית‪ֶ -‬ש ֶמשער האָבן געשניטן דעם שניט פֿון װײץ און טאָל‪,‬‬
‫און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײערע אױגן‪ ,‬און האָבן דערזען דעם אָרון‪,‬‬
‫און האָבן זיך דערפֿרײט אים צו זען‪ 14 .‬און דער װאָגן איז‬
‫צוגעקומען צו דעם פֿעלד פֿון יהושוע דעם בית‪ֶ -‬ש ֶמשער‪ ,‬און האָט‬
‫זיך דאָרטן אָפּגעשטעלט‪ .‬און דאָרטן איז געװען אַ גרױסער שטײן‪,‬‬
‫האָבן זײ צעהאַקט דאָס האָלץ פֿון װאָגן‪ ,‬און די קי האָבן זײ‬
‫אױפֿגעבראַכט אַ בראַנדאָפּפֿער צו גאָט‪ 15 .‬און די ל ִו ִיים האָבן‬
‫אַראָפּגענומען דעם אָרון פֿון גאָט און דעם קאַסטן װאָס מיט אים‪,‬‬
‫װאָס דרינען ז ַײנען געװען די גילדערנע זאַכן‪ ,‬און אַרױפֿגעטאָן אױף‬
‫דעם גרױסן שטײן‪ .‬און די מענטשן פֿון בית‪ֶ -‬ש ֶמש האָבן‬
‫אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און געשלאַכט שלאַכטאָפּפֿער אין‬

                                                   ‫יענעם טאָג צו גאָט‪.‬‬

‫‪ 16‬און די פֿינף פֿירשטן פֿון די פּלשתּים האָבן דאָס געזען‪ ,‬און זײ‬
           ‫האָבן זיך אומגעקערט קײן עקרון אין דעם אײגענעם טאָג‪.‬‬

‫‪ 17‬און דאָס ז ַײנען די גילדערנע בלאָטערן װאָס די פּלשתּים האָבן‬
‫אָפּגעצאָלט אַ שולדאָפּפֿער צו גאָט‪ :‬פֿאַר אַשדוד אײנער‪ ,‬פֿאַר ַעָזה‬
‫אײנער‪ ,‬פֿאַר אַשקלון אײנער‪ ,‬פֿאַר ַגת אײנער‪ ,‬פֿאַר עקרון אײנער‪18 .‬‬
‫און די גילדערנע מ ַײז ז ַײנען געװען די צאָל פֿון אַלע שטעט פֿון די‬
‫פּלשתּים אונטער די פֿינף פֿירשטן‪ ,‬פֿון אַ פֿעסטונגשטאָט און ביז אַן‬
‫אָפֿענעם דאָרף‪ ,‬און ביז דעם גרױסן שטײן‪ ,‬װאָס זײ האָבן אױף אים‬
‫אַרױפֿגעלײגט דעם אָרון פֿון גאָט; ער איז ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג אין‬

                            ‫דעם פֿעלד פֿון יהושוע דעם בית‪ֶ -‬ש ֶמשער‪.‬‬

‫‪ 19‬און ער האָט געשלאָגן צװישן די מענטשן פֿון בית‪ֶ -‬ש ֶמש‪ ,‬װ ַײל זײ‬
‫האָבן געקוקט אױף דעם אָרון פֿון גאָט‪ ,‬און ער האָט געשלאָגן צװישן‬
‫דעם פֿאָלק זיבעציק מאַן און פֿופֿציק טױזנט מאַן‪ .‬און דאָס פֿאָלק‬
‫האָט געטרױערט װאָס גאָט האָט געשלאָגן צװישן דעם פֿאָלק אַ‬
   9   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19