Page 19 - Shmuel a
P. 19

‫שמוּאל א‬

‫‪ 4‬איז ער דורכגעגאַנגען דורכן געבערג פֿון אפֿ ַר ִים און איז‬
‫דורכגעגאַנגען דורך לאַנד ָש ִל ָשה‪ ,‬און זײ האָבן ניט געפֿונען; און זײ‬
‫ז ַײנען דורכגעגאַנגען דורך לאַנד ַש ֲעלים‪ ,‬און ניטאָ; און ער איז‬
‫דורכגעגאַנגען דורך לאַנד בנימין‪ ,‬און זײ האָבן ניט געפֿונען‪ 5 .‬װי זײ‬
‫ז ַײנען געקומען אין לאַנד צוף‪ ,‬אַזױ האָט ָשאול געזאָגט צו ז ַײן יונג‬
‫װאָס מיט אים‪ :‬קום און לאָמיר זיך אומקערן‪ ,‬װאָרום מ ַײן פֿאָטער‬
‫װעט נאָך אױפֿהערן זיך קימערן אום די אײזעלינס‪ ,‬און װעט דאגהן‬
‫װעגן אונדז‪ 6 .‬האָט ער צו אים געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬אַ‬
‫געטלעכער מאַן איז דאָ אין דער דאָזיקער שטאָט‪ ,‬און דער מאַן איז‬
‫אָנגעזען; אַלץ װאָס ער רעדט‪ ,‬קומט זיכער אָן‪ .‬לאָמיר אַצונד גײן‬
‫אַהין‪ ,‬אפֿשר װעט ער אונדז זאָגן װעגן אונדזער װעג װאָס מיר גײען‬
‫אױף אים‪ 7 .‬האָט ָשאול געזאָגט צו ז ַײן יונג‪ :‬אָבער זע‪ ,‬אַז מיר װעלן‬
‫גײן‪ ,‬װאָס װעלן מיר ברענגען דעם מאַן? װאָרום דאָס ברױט איז‬
‫אױסגעגאַנגען פֿון אונדזערע כּלים‪ ,‬און אַ מתּנה צו ברענגען דעם‬
‫געטלעכן מאַן איז ניטאָ; װאָס איז דאָ ב ַײ אונדז? ‪ 8‬האָט דער יונג‬
‫װידער געענטפֿערט ָשאולן און האָט געזאָגט‪ :‬אָט געפֿינט זיך אין מ ַײן‬
‫האַנט אַ פֿערטל שקל זילבער‪ ,‬װעל איך געבן דעם געטלעכן מאַן‪ ,‬און‬

                                    ‫ער װעט אונדז זאָגן אונדזער װעג‪.‬‬

‫‪ 9‬פֿרִיער אין ישׂראל‪ ,‬האָט אַ מאַן אַזױ געזאָגט‪ ,‬אַז ער איז געגאַנגען‬
‫פֿרעגן ב ַײ גאָט‪ :‬קומט און לאָמיר גײן צום זעער; װאָרום דעם נבֿיא‬

                              ‫פֿון ה ַײנט פֿלעגט מען פֿר ִיער רופֿן זעער‪.‬‬

‫‪ 10‬האָט ָשאול געזאָגט צו ז ַײן יונג‪ :‬ד ַײן װאָרט איז גוט; קום לאָמיר‬
‫גײן‪ .‬און זײ ז ַײנען אַװעק צו דער שטאָט װאָס דאָרטן איז געװען דער‬
‫געטלעכער מאַן‪ 11 .‬װי זײ גײען אַרױף דעם אַרױפֿגאַנג פֿון שטאָט‪,‬‬
‫אַזױ האָבן זײ אָנגעטראָפֿן מײדלעך װאָס גײען אַרױס שעפּן װאַסער‪,‬‬
‫און זײ האָבן צו זײ געזאָגט‪ :‬איז דאָ פֿאַראַן דער זעער? ‪ 12‬האָבן זײ‬
‫געענטפֿערט און געזאָגט‪ :‬ער איז דאָ‪ ,‬אָן פֿאַר דיר‪ .‬א ַײל זיך אַצונד‪,‬‬
‫װאָרום ה ַײנט איז ער געקומען אין שטאָט‪ ,‬װ ַײל ה ַײנט איז אַן‬
‫אָפּפֿערשלאַכטונג ב ַײם פֿאָלק אױף דער ָב ָמה‪ 13 .‬װי איר קומט אַר ַײן‬
‫אין שטאָט‪ ,‬אַזױ װעט איר אים טרעפֿן‪ ,‬אײדער ער גײט אַרױף אױף‬
‫דער ָב ָמה צו עסן; װ ַײל דאָס פֿאָלק עסט ניט ביז ער קומט‪ ,‬װאָרום‬
‫ער בענטשט דאָס שלאַכטאָפּפֿער‪ ,‬דערנאָך עסן די גערופֿענע‪ .‬און‬

        ‫אַצונד גײט אַרױף‪ ,‬װאָרום גראָד ה ַײנט װעט איר אים טרעפֿן‪.‬‬
   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24