Page 24 - Shmuel a
P. 24
שמוּאל א
עמון צו זײ געזאָגט :מיט דעם באַדינג װעל איך עס א ַײך שליסן ,אַז
מע זאָל א ַײך אַלעמען אױסשטעכן דאָס רעכטע אױג ,און דאָס מאַכן
פֿאַר אַ שאַנד אױף גאַנץ ישׂראל 3 .האָבן צו אים געזאָגט די עלטסטע
פֿון ָיבֿש :לאָז אונדז אָפּ זיבן טעג ,און מיר װעלן שיקן שלוחים אין
גאַנצן געמאַרק פֿון ישׂראל; און אױב קײנער העלפֿט אונדז ניט ,װעלן
מיר אַרױסגײן צו דיר.
4ז ַײנען די שלוחים געקומען צו גבֿעתָ -שאול ,און האָבן גערעדט די
װערטער אין די אױערן פֿון פֿאָלק; און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט
אױפֿגעהױבן זײער ָקול און געװײנט 5 .ערשט ָשאול קומט אָן
הינטער די רינדער פֿון פֿעלד; האָט ָשאול געזאָגט :װאָס איז דעם
פֿאָלק ,װאָס זײ װײנען? האָט מען אים דערצײלט די װערטער פֿון די
מענטשן פֿון ָיבֿש 6 .איז אַ ג ַײסט פֿון גאָט געקומען אױף ָשאולן ,װי
ער האָט דערהערט די דאָזיקע װערטער ,און ז ַײן צאָרן האָט זײער
געגרימט 7 .און ער האָט גענומען אַ געשפּאַן רינדער ,און האָט זײ
צעשניטן ,און פֿאַנאַנדערגעשיקט דורך דער האַנט פֿון די שלוחים אין
גאַנצן געמאַרק פֿון ישׂראל ,אַזױ צו זאָגן :װער עס גײט ניט אַרױס
נאָך ָשאולן און נאָך שמואלן ,װעט אַזױ געטאָן װערן צו ז ַײנע רינדער.
איז אַ פּחד פֿון גאָט געפֿאַלן אױפֿן פֿאָלק ,און זײ ז ַײנען אַרױס אַזױ
װי אײן מאַן 8 .און ער האָט זײ איבערגעצײלט אין ֶבֶזק ,און די
קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען געװען דר ַײ הונדערט טױזנט ,און די מענער
פֿון יהוּדה דר ַײסיק טױזנט 9 .און זײ האָבן געזאָגט צו די שלוחים
װאָס ז ַײנען געקומען :אַזױ זאָלט איר זאָגן צו די מענטשן פֿון ָיבֿש-
ִגל ָעד :מאָרגן װען די זון װערט הײס ,װעט א ַײך געשען אַ הילף.
ז ַײנען געקומען די שלוחים און האָבן דערצײלט צו די מענטשן פֿון
ָיבֿש ,און זײ האָבן זיך דערפֿרײט 10 .און די מענטשן פֿון ָיבֿש האָבן
געזאָגט ]צו ָנחשן[ :מאָרגן װעלן מיר אַרױסגײן צו א ַײך ,און איר װעט
טאָן צו אונדז אַזױ װי אַלץ װאָס איז גוט אין א ַײערע אױגן.
11און עס איז געװען אױף מאָרגן ,האָט ָשאול געמאַכט דאָס פֿאָלק
אין דר ַײ מחנות ,און זײ ז ַײנען אַר ַײן אין מיטן לאַגער אין דער
מאָרגנװאַך ,און האָבן געשלאָגן עמון ביז דער טאָג איז הײס געװאָרן.
און עס איז געװען ,די װאָס ז ַײנען איבערגעבליבן ,ז ַײנען צעשפּרײט
געװאָרן ,און עס ז ַײנען ניט געבליבן פֿון זײ צװײ באַנאַנד.