Page 25 - Shmuel a
P. 25
שמוּאל א
12האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו שמואלן :װער איז דער װאָס זאָגט:
זאָל ָשאול קיניגן איבער אונדז? גיט אַהער די ל ַײט ,און מיר װעלן זײ
טײטן 13 .האָט ָשאול געזאָגט :קײנער זאָל ניט געטײט װערן
ה ַײנטיקן טאָג ,װאָרום ה ַײנט האָט גאָט געטאָן אַ ישועה אין ישׂראל.
14און שמואל האָט געזאָגט צום פֿאָלק :קומט און לאָמיר גײן קײן
ִגלגל ,און מיר װעלן דאָרטן באַנ ַײען די מלוכה .15 .איז דאָס גאַנצע
פֿאָלק געגאַנגען קײן ִגלגל ,און זײ האָבן דאָרט געמאַכט ָשאולן פֿאַר
אַ מלך ,פֿאַר גאָט אין ִגלגל; און זײ האָבן דאָרטן געשלאַכט
פֿרידאָפּפֿער פֿאַר גאָט .און ָשאול און אַלע מענער פֿון ישׂראל האָבן
זיך דאָרטן זײער געפֿרײט.
1און שמואל האָט געזאָגט צו גאַנץ ישׂראל :זעט ,איך האָב
צוגעהערט צו א ַײער ָקול אין אַלץ װאָס איר האָט צו מיריב
געזאָגט ,און איך האָב געמאַכט איבער א ַײך אַ מלך 2 .און אַצונד ,אָט
גײט דער מלך פֿאַר א ַײך; איך אָבער בין אַלט און גראָ ,און אָט ז ַײנען
מ ַײנע זין מיט א ַײך; און איך בין געגאַנגען פֿאַר א ַײך פֿון מ ַײן יוגנט אָן
ביז ה ַײנטיקן טאָג 3 .דאָ בין איך ,זאָגט עדות אַקעגן מיר פֿאַר גאָט
און פֿאַר ז ַײן געזאַלבטן :װעמעס אָקס האָב איך צוגענומען? און
װעמעס אײזל האָב איך צוגענומען? און װעמען האָב איך באַרױבט?
װעמען האָב איך געדריקט? אָדער פֿון װעמענס האַנט האָב איך
גענומען אױסלײז ,אַז איך זאָל פֿאַרהױלן מ ַײנע אױגן פֿון אים? און
איך װעל עס א ַײך אומקערן.
4האָבן זײ געזאָגט :האָסט אונדז ניט באַרױבט און האָסט אונדז ניט
געדריקט ,און האָסט פֿון קײנעמס האַנט גאָרנישט גענומען 5 .האָט
ער צו זײ געזאָגט :עדות איז גאָט קעגן א ַײך ,און עדות איז ז ַײן
געזאַלבטער ה ַײנטיקן טאָג ,אַז איר האָט אין מ ַײן האַנט גאָרנישט
געפֿונען .האָבן זײ געזאָגט :עדות!
6האָט שמואל געזאָגט צום פֿאָלק :גאָט איז דער װאָס האָט
באַשאַפֿן משהן און אַהרֹנען ,און װאָס האָט אױפֿגעבראַכט א ַײערע
עלטערן פֿון לאַנד מצ ַר ִים 7 .און אַצונד ,שטעלט א ַײך ,און איך װעל
זיך דורכטענהן מיט א ַײך פֿאַר גאָט װעגן אַלע גערעכטיקײטן פֿון גאָט
װאָס ער האָט געטאָן מיט א ַײך און מיט א ַײערע עלטערן 8 .אַז יעקבֿ