Page 28 - Shmuel a
P. 28
שמוּאל א
6און די מענער פֿון ישׂראל האָבן געזען אַז זײ ז ַײנען אין אַ קלעם –
װאָרום דאָס פֿאָלק איז געװען צוגעדריקט – און דאָס פֿאָלק האָט
זיך באַהאַלטן אין הײלן ,און צװישן דערנער ,און אין פֿעלדזן ,און אין
טורעמס ,און אין גריבער 7 .און טײל ִעבֿרים ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען
דעם ירדן קײן לאַנד ָגד און ִגל ָעד; אָבער ָשאול איז נאָך געװען אין
ִגלגל ,און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געא ַײלט נאָך אים.
8האָט ער געװאַרט זיבן טעג ,ביז דער צ ַײט װאָס שמואל ]האָט
אָפּגעמאַכט[ ,אָבער שמואל איז ניט געקומען קײן ִגלגל .און דאָס
פֿאָלק איז צעלאָפֿן פֿון אים 9 .האָט ָשאול געזאָגט :גענענט צו מיר
דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס פֿרידאָפּפֿער; און ער האָט
אױפֿגעבראַכט דאָס בראַנדאָפּפֿער 10 .און עס איז געװען ,װי ער
ענדיקט אױפֿברענגען דאָס בראַנדאָפּפֿער ,ערשט שמואל קומט אָן;
און ָשאול איז אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן אים צו באַגריסן11 .
האָט שמואל געזאָגט :װאָס האָסטו געטאָן? האָט ָשאול געזאָגט :אַז
איך האָב געזען אַז דאָס פֿאָלק איז צעלאָפֿן פֿון מיר ,און דו ביסט ניט
געקומען אין די אָפּגערעדטע טעג ,און די פּלשתּים ז ַײנען
א ַײנגעזאַמלט אין ִמכ ָמש 12 ,אַזױ האָב איך געזאָגט :אַצונד װעלן די
פּלשתּים אַראָפּנידערן צו מיר קײן ִגלגל ,און צו גאָט האָב איך ניט
געבעטן; און איך האָב מיך א ַײנגעשטעלט ,און האָב אױפֿגעבראַכט
דאָס בראַנדאָפּפֿער 13 .האָט שמואל געזאָגט צו ָשאולן :נאַריש
האָסטו געטאָן; האָסט ניט געהיט דעם באַפֿעל פֿון יהוה ד ַײן גאָט
װאָס ער האָט דיר באַפֿױלן; װאָרום גאָט װאָלט אַצונד באַפֿעסטיקט
ד ַײן מלוכה איבער ישׂראל אױף אײביק 14 .אַצונד אָבער װעט ד ַײן
מלוכה ניט באַשטײן .גאָט האָט זיך אױסגעזוכט אַ מאַן נאָך ז ַײן
האַרצן ,און גאָט האָט אים באַפֿױלן פֿאַר אַ פֿירשט איבער ז ַײן פֿאָלק,
װ ַײל דו האָסט ניט געהיט װאָס גאָט האָט דיר באַפֿױלן.
15און שמואל איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעק פֿון ִגלגל קײן
גבֿעת-בנימין .און ָשאול האָט איבערגעצײלט דאָס פֿאָלק װאָס האָט
זיך געפֿונען ב ַײ אים ,אַרום זעקס הונדערט מאַן 16 .און ָשאול און
ז ַײן זון יוָנתן ,און דאָס פֿאָלק װאָס האָט זיך געפֿונען ב ַײ זײ ,ז ַײנען
געזעסן אין גבֿעת-בנימין ,און די פּלשתּים האָבן געלאַגערט אין
ִמכ ָמש 17 .און די פֿאַרװיסטער ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַגער פֿון
די פּלשתּים אין דר ַײ מחנות; אײן מחנה האָט זיך פֿאַרקערט אױפֿן
װעג פֿון עפֿרה ,צום לאַנד שועל 18 ,און אײן מחנה האָט זיך