Page 33 - Shmuel a
P. 33

‫שמוּאל א‬

‫געזאָגט‪ :‬גענענט אַהער‪ ,‬אַלע פֿאָרשטײער פֿון פֿאָלק‪ ,‬און װערט‬
‫געװאָר און זעט‪ ,‬דורך װאָס איז געשען די דאָזיקע זינד ה ַײנט? ‪39‬‬
‫װאָרום אַזױ װי עס לעבט יהוה װאָס העלפֿט ישׂראל‪ ,‬אַפֿילו װען דאָס‬
‫איז אין מ ַײן זון יוָנתנען‪ ,‬אַז שטאַרבן מוז ער שטאַרבן! אָבער קײנער‬
‫פֿון גאַנצן פֿאָלק האָט אים ניט געענטפֿערט‪ 40 .‬האָט ער געזאָגט צו‬
‫גאַנץ ישׂראל‪ :‬איר װעט ז ַײן אױף אײן ז ַײט‪ ,‬און איך און מ ַײן זון יוָנתן‬
‫װעלן ז ַײן אױף דער אַנדער ז ַײט‪ .‬האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו ָשאולן‪:‬‬
‫װאָס איז גוט אין ד ַײנע אױגן‪ ,‬טו‪ 41 .‬האָט ָשאול געזאָגט צו יהוה‬
‫דעם גאָט פֿון ישׂראל‪ :‬גיב די ריכטיקײט‪ .‬ז ַײנען פֿאַרנומען געװאָרן‬
‫יוָנתן און ָשאול‪ ,‬און דאָס פֿאָלק איז אַרױס‪ 42 .‬האָט ָשאול געזאָגט‪:‬‬
‫װאַרפֿט צװישן מיר און צװישן מ ַײן זון יוָנתן; און יוָנתן איז‬
‫פֿאַרנומען געװאָרן‪ 43 .‬האָט ָשאול געזאָגט צו יוָנתנען‪ :‬דערצײל מיר‬
‫װאָס דו האָסט געטאָן‪ .‬האָט אים יוָנתן דערצײלט און האָט געזאָגט‪:‬‬
‫פֿאַרזוכן האָב איך פֿאַרזוכט מיטן שפּיץ פֿון דעם שטעקן װאָס אין‬
‫מ ַײן האַנט אַ ביסל האָניק‪ .‬אָט בין איך; לאָמיך שטאַרבן‪ 44 .‬האָט‬
‫ָשאול געזאָגט‪ :‬זאָל גאָט טאָן אַזױ און נאָך מער‪ ,‬אַז שטאַרבן מוזטו‬
‫שטאַרבן‪ ,‬יוָנתן! ‪ 45‬האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו ָשאולן‪ :‬זאָל יוָנתן‬
‫שטאַרבן‪ ,‬דער װאָס האָט אױפֿגעטאָן די דאָזיקע גרױסע ישועה אין‬
‫ישׂראל? חלילה! אַזױ װי יהוה לעבט‪ ,‬אױב אַ האָר פֿון ז ַײן קאָפּ װעט‬
‫פֿאַלן צו דער ערד! װאָרום מיט גאָט האָט ער דאָס אױפֿגעטאָן‬
‫ה ַײנטיקן טאָג‪ .‬און דאָס פֿאָלק האָט אױסגעלײזט יוָנתנען‪ ,‬און ער‬

                                                    ‫איז ניט געשטאָרבן‪.‬‬

‫‪ 46‬און ָשאול איז אַװעק פֿון הינטער די פּלשתּים‪ ,‬און די פּלשתּים‬
                                        ‫ז ַײנען געגאַנגען צו זײער אָרט‪.‬‬

‫‪ 47‬און ָשאול האָט פֿאַרנומען די מלוכה איבער ישׂראל‪ ,‬און ער האָט‬
‫מלחמה געהאַלטן רונד אַרום מיט אַלע זײערע פֿ ַײנט‪ ,‬מיט מואָבֿ‪ ,‬און‬
‫מיט די קינדער פֿון עמון‪ ,‬און מיט אדום‪ ,‬און מיט די מלכים פֿון‬
‫צוֹבֿה‪ ,‬און מיט די פּלשתּים; און אומעטום װי ער פֿלעגט זיך קערן‪,‬‬
‫פֿלעגט ער זײ אָנטאָן שלעכטס‪ 48 .‬און ער האָט אױפֿגעטאָן‬
‫העלדישקײט‪ ,‬און האָט געשלאָגן ַע ָמלק‪ ,‬און מציל געװען ישׂראל פֿון‬

                                            ‫דער האַנט פֿון ז ַײן רױבער‪.‬‬

‫‪ 49‬און שאָולס זין ז ַײנען געװען יוָנתן‪ ,‬און ִיש ִוי‪ ,‬און ַמלכּישו ַע; און די‬
‫נעמען פֿון ז ַײנע צװײ טעכטער ז ַײנען געװען‪ :‬דער נאָמען פֿון דער‬
   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37   38