Page 37 - Shmuel a
P. 37
שמוּאל א
32און שמואל האָט געזאָגט :מאַכט גענענען צו מיר אַָגג דעם מלך
פֿון ַע ָמלק .איז אַָגג צוגעגאַנגען צו אים אין קײטן .און אַָגג האָט
געזאָגט :פֿאַר װאָר ,די ביטערקײט פֿון טױט איז געקומען.
33האָט שמואל געזאָגט:
אַזױ װי ד ַײן שװערד האָט װ ַײבער אָן קינדער געלאָזט,
זאָל צװישן װ ַײבער ד ַײן מוטער אָן קינדער בל ַײבן.
און שמואל האָט צעהאַקט אַָגגן פֿאַר גאָט אין ִגלגל.
34און שמואל איז אַװעקגעגאַנגען קײן רמה ,און ָשאול איז
אַרױפֿגעגאַנגען צו ז ַײן הױז אין גבֿעתָ -שאול 35 .און שמואל האָט
מער ניט געזען ָשאולן ביז דעם טאָג פֿון ז ַײן טױט ,װאָרום שמואל
האָט געטרױערט װעגן ָשאולן; און גאָט האָט חרטה געהאַט װאָס ער
האַט געמאַכט ָשאולן פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל.
1און גאָט האָט געזאָגט צו שמואלן :ביז װאַנען װעסטו
טרױערן װעגן ָשאולן ,אַז איך האָב אים פֿאַראַכט פֿון צוטז
קיניגן איבער ישׂראל? פֿיל אָן ד ַײן האָרן מיט אײל ,און קום איך װעל
דיך שיקן צו ִי ַשין פֿון ֵביתֶ -ל ֶחם ,װאָרום איך האָב מיר געזען אַ מלך
צװישן ז ַײנע זין 2 .האָט שמואל געזאָגט :װי קען איך גײן? אַז ָשאול
װעט הערן ,װעט ער מיך הרגען .האָט גאָט געזאָגט :אַ יונגע קו
װעסטו נעמען מיט זיך ,און װעסט זאָגן :צו שלאַכטן צו גאָט בין איך
געקומען 3 .און װעסט פֿאַררופֿן ִי ַשין צום שלאַכטאָפּפֿער ,און איך
װעל דיך לאָזן װיסן װאָס דו זאָלסט טאָן; און װעסט מיר זאַלבן דעם
װאָס איך װעל דיר זאָגן.
4האָט שמואל געטאָן װאָס גאָט האָט געהײסן ,און ער איז געקומען
קײן ֵביתֶ -ל ֶחם .און די עלטסטע פֿון שטאָט האָבן געא ַײלט אים
אַנטקעגן ,און געזאָגט :פֿריד צו ד ַײן קומען! 5האָט ער געזאָגט:
פֿריד! צו שלאַכטן צו גאָט בין איך געקומען .הײליקט א ַײך ,און איר
װעט קומען מיט מיר צום שלאַכטאָפּפֿער .און ער האָט געהײסן ִי ַשין
און ז ַײנע זין זיך הײליקן ,און האָט זײ פֿאַררופֿן צום שלאַכטאָפּפֿער.