Page 40 - Shmuel a
P. 40

‫שמוּאל א‬

‫‪ 8‬און ער האָט זיך אַװעקגעשטעלט‪ ,‬און האָט גערופֿן צו די רײען פֿון‬
‫ישׂראל‪ ,‬און האָט צו זײ געזאָגט‪ :‬נאָך װאָס גײט איר אַרױס אָנריכטן‬
‫אַ מלחמה? בין איך דען ניט דער פּ ִלשתּי‪ ,‬און איר קנעכט ב ַײ ָשאולן?‬
‫קלײבט א ַײך אױס אַ מאַן‪ ,‬און זאָל ער אַראָפּנידערן צו מיר‪ 9 .‬אױב‬
‫ער װעט קענען מלחמה האַלטן מיט מיר‪ ,‬און װעט מיך דערשלאָגן‪,‬‬
‫װעלן מיר ז ַײן קנעכט צו א ַײך; און אױב איך װעל אים ב ַײקומען‪ ,‬און‬
‫װעל אים דערשלאָגן װעט איר ז ַײן קנעכט צו אונדז‪ ,‬און װעט אונדז‬

                                                                  ‫דינען‪.‬‬

‫‪ 10‬און דער פּ ִלשתּי האָט געזאָגט‪ :‬איך שפּאָט פֿון די רײען פֿון ישׂראל‬
‫ה ַײנטיקן טאָג; גיט מיר אַ מאַן און לאָמיר מלחמה האַלטן מיט‬

                                                              ‫אַנאַנדער‪.‬‬

‫‪ 11‬און ָשאול און גאַנץ ישׂראל האָבן געהערט די דאָזיקע װערטער‬
‫פֿון דעם פּ ִלשתּי‪ ,‬און זײ האָבן זיך דערשראָקן‪ ,‬און האָבן זײער מורא‬

                                                                ‫געהאַט‪.‬‬

‫‪ 12‬און דוד איז געװען דער זון פֿון יענעם ֶאפֿ ָרתער מאַן פֿון בית‪-‬‬
‫לחם‪-‬יהוּדה‪ ,‬װאָס ז ַײן נאָמען איז געװען ִי ַשי; און ער האָט געהאַט‬
‫אַכט זין‪ .‬און דער מאַן איז אין די טעג פֿון ָשאולן געװען אַ זקן װאָס‬
‫קומט צװישן ל ַײט‪ 13 .‬און די דר ַײ עלטערע זין פֿון ִי ַשין ז ַײנען‬
‫געגאַנגען נאָך ָשאולן אין דער מלחמה; און די נעמען פֿון ז ַײנע דר ַײ‬
‫זין װאָס ז ַײנען געגאַנגען אין דער מלחמה‪ ,‬ז ַײנען געװען‪ֶ :‬אליאָבֿ‬
‫דער ב ָכור‪ ,‬און דער צװײטער פֿון אים אַבֿיָנ ֶדבֿ‪ ,‬און דער דריטער‬
‫ַש ָמה‪ 14 .‬און דוד איז געװען דער קלענסטער; און די דר ַײ גרעסערע‬
‫ז ַײנען געגאַנגען נאָך ָשאולן‪ 15 .‬און דוד פֿלעגט גײן און זיך אומקערן‬

         ‫פֿון ָשאולן צו פֿיטערן די שאָף פֿון ז ַײן פֿאָטער אין ֵבית‪ֶ -‬ל ֶחם‪.‬‬

‫‪ 16‬און דער פּ ִלשתּי האָט גענענט פֿרי און שפּעט‪ ,‬און האָט זיך‬
                                   ‫געשטעלט פֿערציק טעג נאָכאַנאַנד‪.‬‬

‫‪ 17‬און ִי ַשי האָט געזאָגט צו ז ַײן זון ָד ִודן‪ :‬נעם אַקאָרשט פֿאַר ד ַײנע‬
‫ברידער אַן ֵאיפֿה פֿון די דאָזיקע געברענטע זאַנגען‪ ,‬און די דאָזיקע‬
‫צען ברױטן‪ ,‬און לױף דערמיט אַריבער אין לאַגער צו ד ַײנע ברידער‪.‬‬
‫‪ 18‬און די דאָזיקע צען קעז זאָלסטו ברענגען צו דעם הױפּטמאַן פֿון‬
‫דעם טױזנט; און זאָלסט פֿרעגן ד ַײנע ברידער אױף פֿריד‪ ,‬און נעמען‬

                                                         ‫פֿון זײ אַ צײכן‪.‬‬
   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44   45