Page 44 - Shmuel a
P. 44
שמוּאל א
50אַזױ האָט דוד איבערגעשטאַרקט דעם פּ ִלשתּי מיט אַ של ַײדערער
און מיט אַ שטײן ,און געטראָפֿן דעם פּ ִלשתּי ,און אים געטײט; און
קײן שװערד איז ניט געװען אין ָד ִודס האַנט.
51און דוד איז צוגעלאָפֿן ,און האָט זיך געשטעלט איבער דעם
פּ ִלשתּי ,און האָט אָנגענומען ז ַײן שװערד ,און זי אַרױסגעצױגן פֿון
איר שײד ,און אים געטײט; און ער האָט אָפּגעשניטן מיט איר ז ַײן
קאָפּ.
און די פּלשתּים האָבן געזען אַז זײער ִגבור איז טױט ,און זײ ז ַײנען
אַנטלאָפֿן 52 .און די מענער פֿון ישׂראל און יהוּדה ז ַײנען
אױפֿגעשטאַנען און האָבן געשאַלט ,און נאָכגעיאָגט די פּלשתּים ביז
דו קומסט קײן ַגי ,און ביז די טױערן פֿון עקרון .און עס ז ַײנען
געפֿאַלן דערשלאָגענע פֿון די פּלשתּים אױף דעם װעג פֿון ַש ֲע ַר ִים,
און ביז ַגת ,און ביז עקרון 53 .און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך
אומגעקערט פֿון נאָכיאָגן די פּלשתּים ,און זײ האָבן אױסגערױבט
זײער לאַגער.
54און דוד האָט גענומען דעם קאָפּ פֿון דעם פּ ִלשתּי ,און האָט אים
געבראַכט קײן ירושלים ,און ז ַײנע װאַפֿן האָט ער אַהינגעטאָן אין ז ַײן
געצעלט.
55און אַז ָשאול האָט געזען ָד ִודן אַרױסגײן אַקעגן דעם פּ ִלשתּי ,האָט
ער געזאָגט צו אַבֿנר דעם חיל-פֿירער :װעמעס זון איז דער דאָזיקער
בחור ,אַבֿנר? האָט אַבֿנר געזאָגט :אַזױ װי ד ַײן זעל לעבט ,מלך ,אױב
איך װײס! 56האָט דער מלך געזאָגט :פֿרעג דו זיך נאָך װעמעס זון
דער יונג איז.
57און װי דוד האָט זיך אומגעקערט פֿון שלאָגן דעם פּ ִלשתּי ,אַזױ
האָט אים אַבֿנר גענומען ,און האָט אים געבראַכט פֿאַר ָשאולן ,מיט
דעם קאָפּ פֿון דעם פּ ִלשתּי אין ז ַײן האַנט 58 .האָט ָשאול צו אים
געזאָגט :װעמעס זון ביסטו ,בחור? האָט דוד געזאָגט :דער זון פֿון
ד ַײן קנעכט ִי ַשין פֿון ֵביתֶ -ל ֶחם.