Page 42 - Shmuel a
P. 42
שמוּאל א
האָסטו איבערגעלאָזט יענע ביסל שאָף אין מדבר? איך קען ד ַײן
מוטװיליקײט ,און די שלעכטיקײט פֿון ד ַײן האַרצן ,אַז כּדי צוצוקוקן
די מלחמה האָסטו אַראָפּגענידערט 29 .האָט דוד געזאָגט :װאָס האָב
איך אַצונד געטאָן? עס איז דאָך נאָר אַ גערײד.
30און ער האָט זיך אָפּגעדרײט פֿון אים צו אַן אַנדערן ,און האָט
געפֿרעגט די אײגענע זאַך ,און דאָס פֿאָלק האָט אים געענטפֿערט
אַזױ װי דאָס פֿרִיערדיקע גערײד.
31ז ַײנען געהערט געװאָרן די װערטער װאָס דוד האָט גערעדט ,און
מע האָט דערצײלט פֿאַר ָשאולן ,און ער האָט אים געלאָזט ברענגען
צו זיך 32 .און דוד האָט געזאָגט צו ָשאולן :זאָל קײן מענטשנס
האַרץ ניט אַראָפּפֿאַלן איבער אים; ד ַײן קנעכט װעט גײן ,און װעט
מלחמה האַלטן מיט דעם דאָזיקן פּ ִלשתּי 33 .האָט ָשאול געזאָגט צו
ָד ִודן :קענסט ניט גײן אױף דעם דאָזיקן פּ ִלשתּי ,מלחמה צו האַלטן
מיט אים ,װאָרום דו ביסט אַ י ִינגל ,און ער איז אַ מאַן פֿון מלחמה
פֿון ז ַײן יוגנט אָן 34 .האָט דוד געזאָגט צו ָשאולן :ד ַײן קנעכט איז
געװען אַ פּאַסטוך פֿאַר ז ַײן פֿאָטער ב ַײ די שאָף ,און אַז אַ לײב איז
געקומען ,אָדער אַ בער ,און האָט אַװעקגעטראָגן אַ שעפּס פֿון דער
סטאַדע 35 ,בין איך אַרױסגעגאַנגען נאָך אים ,און האָב אים
געשלאָגן ,און האָב אַרױסגעריסן פֿון ז ַײן מױל; און אַז ער האָט זיך
געשטעלט אַקעגן מיר ,האָב איך אים אָנגענומען ב ַײם באָרד ,און
האָב אים דערשלאָגן און אים געטײט 36 .אי דעם לײב אי דעם בער
האָט ד ַײן קנעכט דערשלאָגן; און דער דאָזיקער אומבאַשניטינער
פּ ִלשתּי װעט ז ַײן װי אײנער פֿון זײ .װ ַײל ער האָט געלעסטערט די
רײען פֿון דעם לעבעדיקן גאָט.
37און דוד האָט געזאָגט :גאָט װאָס האָט מיך מציל געװען פֿון דער
האַנט פֿון לײב ,און פֿון דער האַנט פֿון בער ,ער װעט מיך מציל ז ַײן
פֿון דער האַנט פֿון דעם דאָזיקן פּ ִלשתּי .האָט ָשאול געזאָגט צו ָד ִודן:
גײ ,און זאָל גאָט ז ַײן מיט דיר.
38און ָשאול האָט אָנגעטאָן ָד ִודן ז ַײנע קלײדער ,און ער האָט
אַרױפֿגעטאָן אַ קופּערנעם קיװער אױף ז ַײן קאָפּ ,און אים אָנגעטאָן
אַ פּאַנצער 39 .און דוד האָט אָנגעגורט ז ַײן שװערד איבער ז ַײנע
קלײדער ,און זיך געמאַטערט צו גײן ,װ ַײל ער איז ניט געװען