Page 41 - Shmuel a
P. 41
שמוּאל א
19און ָשאול און זײ און אַלע מענער פֿון ישׂראל ז ַײנען געװען אין
טאָל ֵא ָלה ,אין מלחמה מיט די פּלשתּים.
20האָט זיך דוד געפֿעדערט אין דער פֿרי ,און ער האָט איבערגעלאָזט
די שאָף אױף אַ שומר ,און ער האָט גענומען און איז געגאַנגען אַזױ
װי ִי ַשי האָט אים באַפֿױלן ,און ער איז אָנגעקומען אין לאַגעררינג,
װען דער חיל װאָס איז אַרױסגעגאַנגען אין שלאַכט ,האָט געשאַלט
אױף מלחמה 21 .און ישׂראל און די פּלשתּים האָבן זיך
אױסגעשטעלט אַ רײ קעגן אַ רײ 22 .האָט דוד איבערגעלאָזט די זאַכן
פֿון זיך אױף דער האַנט פֿון דעם שומר פֿון די זאַכן ,און ער איז
געלאָפֿן צום שלאַכטפֿעלד; און ער איז געקומען און האָט געפֿרעגט
ז ַײנע ברידער אױף פֿריד.
23װי ער רעדט מיט זײ ,ערשט דער צװישנמאַן װאָס ז ַײן נאָמען איז
געװען ָגלַית דער פּ ִלשתּי פֿון ַגת ,קומט אַרױף פֿון די רײען פֿון די
פּלשתּים ,און ער האָט גערעדט אַזױ װי יענע רײד; און דוד האָט
געהערט.
24און אַלע מענער פֿון ישׂראל ,װי זײ האָבן דערזען דעם מאַן ,אַזױ
ז ַײנען זײ אַנטלאָפֿן פֿאַר אים ,און האָבן זײער מורא געהאַט 25 .און
די מענער פֿון ישׂראל האָבן געזאָגט :האָט איר געזען דעם דאָזיקן
מאַן װאָס קומט אַרױף? װאָרום צו לעסטערן ישׂראל קומט ער
אַרױף; און עס װעט ז ַײן ,דער מאַן װאָס װעט אים דערשלאָגן ,װעט
אים דער מלך מ ַעשיר ז ַײן מיט אַ גרױס עשירות ,און װעט אים געבן
ז ַײן טאָכטער ,און ז ַײן פֿאָטערס הױז װעט ער מאַכן פֿר ַײ אין ישׂראל.
26האָט דוד געזאָגט צו די מענטשן װאָס ז ַײנען געשטאַנען לעבן
אים ,אַזױ צו זאָגן :װאָס װעט געטאָן װערן צו דעם מאַן װאָס װעט
דערשלאָגן יענעם פּ ִלשתּי ,און װעט אָפּטאָן די שאַנד פֿון ישׂראל?
װאָרום װער איז דער דאָזיקער אומבאַשניטינער פּ ִלשתּי ,אַז ער זאָל
לעסטערן די רײען פֿון דעם לעבעדיקן גאָט? 27האָט דאָס פֿאָלק
אים געזאָגט אַזױ װי דאָס דאָזיקע גערײד ,אַזױ צו זאָגן :אַזױ װעט
געטאָן װערן צו דעם מאַן װאָס װעט אים דערשלאָגן.
28האָט ֶאליאָבֿ ,ז ַײן עלטערער ברודער ,געהערט װי ער רעדט צו די
מענטשן ,און דער צאָרן פֿון ֶאליאָבֿן האָט געגרימט אױף ָד ִודן ,און ער
האָט געזאָגט :צו װאָס גאָר האָסטו אַראָפּגענידערט ,און אױף װעמען