Page 38 - Shmuel a
P. 38
שמוּאל א
6און עס איז געװען ,װי זײ ז ַײנען געקומען ,אַזױ האָט ער דערזען
ֶאל ִיאָבֿן ,און ער האָט געזאָגט :פֿאַר װאָר ,אַנטקעגן גאָט איז ז ַײן
געזאַלבטער 7 .האָט גאָט געזאָגט צו שמואלן :זאָלסט ניט קוקן אױף
ז ַײן אױסזען ,און אױף ז ַײן הױכן װוּקס ,װאָרום איך װיל אים ניט;
װאָרום עס איז ניט װי דער מענטש זעט; װ ַײל דער מענטש זעט נאָכן
אָנבליק ,אָבער גאָט זעט נאָכן האַרצן 8 .האָט ִי ַשי גערופֿן אַבֿיָנ ֶדבֿן,
און האָט אים פֿאַרב ַײגעפֿירט פֿאַר שמואלן ,אָבער ער האָט געזאָגט:
אױך דעם דאָזיקן האָט גאָט ניט אױסדערװײלט 9 .האָט ִי ַשי
פֿאַרב ַײגעפֿירט ַש ָמהן ,אָבער ער האָט געזאָגט :אױך דעם דאָזיקן
האָט גאָט ניט אױסדערװײלט 10 .אַזױ האָט ִי ַשי פֿאַרב ַײגעפֿירט זיבן
פֿון ז ַײנע זין פֿאַר שמואלן ,און שמואל האָט געזאָגט צו ִי ַשין :גאָט
האָט ניט אױסדערװײלט די דאָזיקע 11 .און שמואל האָט געזאָגט צו
ִי ַשין :געענדיקט די יונגען? האָט ער געזאָגט :עס איז נאָך געבליבן
דער קלענסטער; און אָט איז ער אַ פּאַסטוך ב ַײ די שאָף .האָט
שמואל געזאָגט צו ִי ַשין :שיק און ברענג אים; װאָרום מיר װעלן זיך
ניט זעצן ,ביז ער קומט אַהער 12 .האָט ער געשיקט און אים
געבראַכט .און ער איז געװען אַ גערױטלטער ,מיט שײנע אױגן און אַ
פֿ ַײנעם אױסזען .און גאָט האָט געזאָגט :שטײ אױף ,זאַלב אים,
װאָרום ער איז דאָס 13 .האָט שמואל גענומען דעם האָרן מיט אײל,
און האָט אים געזאַלבט אין מיטן ז ַײנע ברידער .און דער ג ַײסט פֿון
גאָט איז געקומען אױף ָד ִודן פֿון יענעם טאָג אָן און װ ַײטער .און
שמואל איז אױפֿגעשטאַנען ,און איז אַװעקגעגאַנגען קײן רמה.
14און דער ג ַײסט פֿון גאָט האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון ָשאולן און אים
האָט געשראָקן אַ בײזער ג ַײסט פֿון גאָט 15 .האָבן שאָולס קנעכט צו
אים געזאָגט :זע נאָר :אַ בײזער ג ַײסט פֿון גאָט שרעקט דיך 16 .זאָל
אַקאָרשט אונדזער האַר הײסן ד ַײנע קנעכט װאָס פֿאַר דיר ,זײ זאָלן
אױפֿזוכן אַ מאַן װאָס קען שפּילן אױף אַ האַרף; און עס װעט ז ַײן ,װי
דער בײזער ג ַײסט פֿון גאָט איז אױף דיר ,אַזױ װעט ער שפּילן מיט
ז ַײן האַנט ,און דיר װעט בעסער װערן 17 .האָט ָשאול געזאָגט צו
ז ַײנע קנעכט :זעט אַקאָרשט פֿאַר מיר אַ מאַן װאָס שפּילט גוט ,און
איר זאָלט אים ברענגען צו מיר 18 .האָט זיך אָפּגערופֿן אײנער פֿון די
יונגען ,און האָט געזאָגט :אָט האָב איך געזען אַ זון ב ַײ ִי ַשין פֿון ֵבית-
ֶל ֶחם ,װאָס קען שפּילן ,און איז אַ העלדישער ִגבור און אַ מענטש פֿון
מלחמה ,און פֿאַרשטײט אַ זאַך ,און איז אַ מענטש מיט אַ געשטאַלט,
און גאָט איז מיט אים.