Page 35 - Shmuel a
P. 35
שמוּאל א
לעמער ,און דאָס גאַנצע גוטס ,און זײ האָבן ניט געװאָלט זײ
פֿאַרװיסטן .נאָר אַל דאָס נישטװערטיקע און צעקראָכענע פֿי ,דאָס
האָבן זײ פֿאַרװיסט.
10איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו שמואלן ,אַזױ צו זאָגן 11 :איך
האָב חרטה װאָס איך האָב געמאַכט ָשאולן פֿאַר אַ מלך ,װאָרום ער
האָט זיך אָפּגעקערט פֿון הינטער מיר ,און מ ַײנע װערטער האָט ער
ניט מקיים געװען.
האָט שמואלן געערגערט ,און ער האָט געשרִיען צו גאָט אַ גאַנצע
נאַכט 12 .און שמואל האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי צו
באַגעגענען ָשאולן .איז אָנגעזאָגט געװאָרן שמואלן ,אַזױ צו זאָגן:
ָשאול איז געקומען קײן ַכּרמל ,און זע ,ער האָט זיך אױפֿגעשטעלט
אַן אָנדענק ,און האָט זיך אױסגעדרײט ,און איז אַװעק און האָט
אַראָפּגענידערט קײן ִגלגל 13 .איז שמואל געקומען צו ָשאולן ,און
ָשאול האָט צו אים געזאָגט :געבענטשט זאָלסטו ז ַײן פֿון גאָט! איך
האָב מקיים געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט 14 .האָט שמואל געזאָגט:
און װאָס איז דער דאָזיקער ָקול פֿון די שאָף אין מ ַײנע אױערן ,און
דער ָקול פֿון די רינדער װאָס איך הער? 15האָט ָשאול געזאָגט :פֿון
ַע ָמלק האָט מען זײ געבראַכט ,װאָרום דאָס פֿאָלק האָט געשױנט די
בעסטע פֿון די שאָף און די רינדער ,כּדי צו שלאַכטן צו גאָט ד ַײן
האַר; אָבער דאָס איבעריקע האָבן מיר פֿאַרװיסט 16 .האָט שמואל
געזאָגט צו ָשאולן :הער אױף ,און איך װעל דיר זאָגן װאָס גאָט האָט
צו מיר גערעדט די נאַכט .האָט ער צו אים געזאָגט :רעד.
17האָט שמואל צו אים געזאָגט :פֿאַר װאָר ,אױב דו ביסט קלײן אין
ד ַײנע אױגן ,ביסטו אָבער דער קאָפּ פֿון די שבֿטים פֿון ישׂראל ,און
דיך האָט גאָט געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל 18 .און גאָט האָט
דיך געשיקט אױף אַ װעג ,און האָט געזאָגט :גײ און זאָלסט
פֿאַרװיסטן די זינדיקעַ ,ע ָמלק ,און זאָלסט האַלטן מלחמה אױף זײ
ביז מע װעט זײ פֿאַרלענדן 19 .טאָ פֿאַר װאָס האָסטו ניט צוגעהערט
צו דעם ָקול פֿון גאָט ,און האָסט זיך אַ לאָז געטאָן צום רױב ,און
געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט? 20האָט ָשאול
געזאָגט צו שמואלן :איך האָב דאָך צוגעהערט צו דעם ָקול פֿון גאָט,
און בין געגאַנגען אױף דעם װעג װאָס גאָט האָט מיך געשיקט ,און
האָב געבראַכט אַָגג דעם מלך פֿון ַע ָמלק ,און ַע ָמלק האָב איך