Page 31 - Shmuel a
P. 31

‫שמוּאל א‬

‫געזאָגט צו דעם פֿאָלק װאָס מיט אים‪ :‬צײלט אַקאָרשט נאָך‪ ,‬און זעט‬
‫װער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון אונדז‪ .‬האָבן זײ נאָכגעצײלט‪ ,‬ערשט‬
‫יוָנתן און ז ַײן װאַפֿנטרעגער ז ַײנען ניטאָ‪ 18 .‬האָט ָשאול געזאָגט צו‬
‫אַ ִחיהן‪ :‬גענען דעם אָרון פֿון גאָט; װאָרום דער אָרון פֿון גאָט איז‬

                    ‫געװען אין יענעם טאָג מיט די קינדער פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 19‬און עס איז געװען‪ ,‬בעת ָשאול האָט גערעדט מיט דעם כּהן‪ ,‬איז‬
‫דער טומל װאָס אין לאַגער פֿון די פּלשתּים געװאָרן אַלץ גרעסער‬
‫און גרעסער‪ .‬האָט ָשאול געזאָגט צום כּהן‪ :‬צי צוריק ד ַײן האַנט‪20 .‬‬
‫און ָשאול און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן זיך‬
‫א ַײנגעזאַמלט‪ ,‬און זײ ז ַײנען געקומען צו דער מלחמה‪ ,‬ערשט‬

        ‫אײנעמס שװערד איז קעגן אַנדערן – זײער אַ גרױסע מהומה‪.‬‬

‫‪ 21‬און די ִעבֿרים װאָס ז ַײנען געװען מיט די פּלשתּים אַזױ װי נעכטן‪-‬‬
‫אײערנעכטן‪ ,‬די װאָס ז ַײנען אַרױפֿגעקומען מיט זײ אין לאַגער רונד‬
‫אַרום‪ ,‬זײ אױך ז ַײנען צוגעשטאַנען צו די ישׂראל װאָס מיט ָשאולן‬
‫און יוָנתנען‪ 22 .‬און אַלע מענער פֿון ישׂראל װאָס האָבן זיך‬
‫באַהאַלטן אין דעם געבערג פֿון אפֿ ַר ִים‪ ,‬האָבן געהערט אַז די‬
‫פּלשתּים ז ַײנען אַנטלאָפֿן‪ ,‬און זײ אױך האָבן זײ נאָכגעיאָגט אין דער‬

         ‫מלחמה‪ 23 .‬און גאָט האָט געהאָלפֿן ישׂראל אין יענעם טאָג‪.‬‬

‫און די מלחמה איז אַװעק ביז אַריבער בית‪-‬אָון‪ 24 .‬און די מענער פֿון‬
‫ישׂראל ז ַײנען געװען פֿאַרקלעמט אין יענעם טאָג‪ ,‬אָבער ָשאול האָט‬
‫באַשװאָרן דאָס פֿאָלק‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬פֿאַרשאָלטן דער מענטש װאָס‬
‫װעט עסן שפּ ַײז ביזן אָװנט‪ ,‬װען איך װעל זיך האָבן נוקם געװען אָן‬

  ‫מ ַײנע פֿ ַײנט! און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט ניט פֿאַרזוכט קײן שפּ ַײז‪.‬‬

‫‪ 25‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געקומען אין װאַלד; און האָניק איז‬
‫געװען אױפֿן פֿעלד‪ 26 .‬און װי דאָס פֿאָלק איז געקומען אין װאַלד‪,‬‬
‫ערשט אַ רינונג פֿון האָניק‪ ,‬אָבער קײנער האָט ניט צוגערירט ז ַײן‬
‫האַנט צו ז ַײן מױל‪ ,‬װאָרום דאָס פֿאָלק האָט מורא געהאַט פֿאַר דער‬
‫שבֿועה‪ 27 .‬אָבער יוָנתן האָט ניט געהערט װי ז ַײן פֿאָטער האָט‬
‫באַשװאָרן דאָס פֿאָלק‪ ,‬און ער האָט אױסגעשטרעקט דעם שפּיץ פֿון‬
‫דעם שטעקן װאָס אין ז ַײן האַנט‪ ,‬און האָט אים א ַײנגעטונקט אין‬
‫דעם האָניקסאָט‪ ,‬און צוגעקערט ז ַײן האַנט צו ז ַײן מױל‪ ,‬און ז ַײנע‬
‫אױגן האָבן אױפֿגעלוכטן‪ 28 .‬האָט זיך אָפּגערופֿן אַ מאַן פֿון פֿאָלק‪,‬‬
   26   27   28   29   30   31   32   33   34   35   36