Page 32 - Shmuel a
P. 32
שמוּאל א
און האָט געזאָגט :באַשװאָרן האָט ד ַײן פֿאָטער באַשװאָרן דאָס
פֿאָלק ,אַזױ צו זאָגן :פֿאַרשאָלטן דער מענטש װאָס װעט ה ַײנט עסן
שפּ ַײז! דרום איז דאָס פֿאָלק פֿאַרחלשט 29 .האָט יוָנתן געזאָגט:
פֿאַראומגליקט האָט מ ַײן פֿאָטער דאָס לאַנד; זעט ,איך בעט א ַײך ,װי
מ ַײנע אױגן האָבן אױפֿגעלוכטן ,װ ַײל איך האָב פֿאַרזוכט אַ ביסל פֿון
דעם דאָזיקן האָניק 30 .ה ַײנט װי שױן אַז עסן װאָלט געגעסן ה ַײנט
דאָס פֿאָלק פֿון דעם רױב פֿון ז ַײנע פֿ ַײנט װאָס ער האָט געפֿונען?
צי װאָלט ניט אַצונד דער שלאַק צװישן די פּלשתּים געװען נאָך
גרעסער?
31און זײ האָבן געשלאָגן אין יענעם טאָג צװישן די פּלשתּים פֿון
ִמכ ָמש ביז אילון ,און דאָס פֿאָלק איז געװאָרן זײער פֿאַרחלשט32 .
און דאָס פֿאָלק האָט זיך אַ לאָז געטאָן צום רױב ,און זײ האָבן
גענומען שאָף און רינדער און יונגע רינדער ,און האָבן געשאָכטן
אױף דער ערד ,און דאָס פֿאָלק האָט געגעסן מיטן בלוט.
33האָט מען אָנגעזאָגט ָשאולן ,אַזױ צו זאָגן :זע .דאָס פֿאָלק זינדיקט
צו גאָט ,צו עסן מיטן בלוט .האָט ער געזאָגט :איר האָט געפֿעלשט;
ק ַײקלט-צו אַקאָרשט צו מיר אַ גרױסן שטײן 34 .און ָשאול האָט
געזאָגט :צעשפּרײט זיך צװישן פֿאָלק ,און איר זאָלט זאָגן צו זײ:
גענענט צו מיר איטלעכער ז ַײן אָקס ,און איטלעכער ז ַײן שעפּס ,און
איר זאָלט שעכטן דאָ און עסן ,און איר זאָלט ניט זינדיקן צו גאָט ,צו
עסן מיטן בלוט.
האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק גענענט איטלעכער ז ַײן אָקס מיט ז ַײן האַנט
יענע נאַכט; און זײ האָבן דאָרטן געשאָכטן.
35און ָשאול האָט געבױט אַ מזבח צו גאָט .דאָס איז געװען דער
ערשטער מזבח װאָס ער האָט געבױט צו גאָט.
36און ָשאול האָט געזאָגט :לאָמיר אַראָפּנידערן נאָך די פּלשתּים ב ַײ
נאַכט ,און רױבן צװישן זײ ביזן ליכט פֿון פֿרימאָרגן ,און לאָמיר ניט
איבערלאָזן פֿון זײ אַ מאַן .האָבן זײ געזאָגט :אַלץ װאָס איז גוט אין
ד ַײנע אױגן ,טו .האָט דער כּהן געזאָגט :לאָמיר גענענען אַהער צו
גאָט 37 .און ָשאול האָט געפֿרעגט ב ַײ גאָט :זאָל איך אַראָפּנידערן
נאָך די פּלשתּים? װעסטו זײ געבן אין דער האַנט פֿון ישׂראל? אָבער
ער האָט אים ניט געענטפֿערט אין יענעם טאָג 38 .האָט ָשאול