Page 27 - Shmuel a
P. 27

‫שמוּאל א‬

‫שמואל געזאָגט צום פֿאָלק‪ :‬איר זאָלט ניט מורא האָבן; איר האָט‬
‫געטאָן אַל דאָס דאָזיקע בײז‪ ,‬אָבער איר זאָלט א ַײך ניט אָפּקערן פֿון‬
‫הינטער גאָט‪ ,‬און איר זאָלט דינען גאָט מיט א ַײער גאַנצן האַרצן‪21 .‬‬
‫יאָ‪ ,‬איר זאָלט א ַײך ניט אָפּקערן‪ ,‬װאָרום ]דאָס װעט איר גײן[ נאָך‬
‫נישטיקײטן װאָס נוצן ניט און ז ַײנען ניט מציל‪ ,‬װ ַײל נישטיקײט‬
‫ז ַײנען זײ‪ 22 .‬װאָרום גאָט װעט ניט פֿאַרלאָזן ז ַײן פֿאָלק‪ ,‬פֿון ז ַײן‬
‫גרױסן נאָמען װעגן‪ ,‬װ ַײל גאָט האָט באַװיליקט א ַײך צו מאַכן פֿאַר‬
‫ז ַײן פֿאָלק‪ 23 .‬אױך איך‪ ,‬חלילה מיר צו זינדיקן צו גאָט‪ ,‬אױפֿצוהערן‬
‫מתפּלל ז ַײן פֿאַר א ַײך! נ ַײערט איך װעל א ַײך לערנען דעם גוטן און‬
‫גל ַײכן װעג‪ 24 .‬האָט אָבער מורא פֿאַר גאָט‪ ,‬און איר זאָלט אים דינען‬
‫מיט אמת‪ ,‬מיט א ַײער גאַנצן האַרצן‪ ,‬װאָרום זעט װי ער האָט גרױס‬
‫געטאָן מיט א ַײך‪ 25 .‬אױב אָבער שלעכטס טאָן װעט איר שלעכטס‬

                ‫טאָן‪ ,‬װעט אי איר‪ ,‬אי א ַײער מלך אומגעבראַכט װערן‪.‬‬

‫‪ ... 1‬יאָר איז ָשאול אַלט געװען אַז ער איז געװאָרן מלך און‬

       ‫צװײ יאָר האָט ער געקיניקט איבער ישׂראל‪.‬יג‬

‫‪ 2‬און ָשאול האָט זיך אױסגעקליבן דר ַײ טױזנט מאַן פֿון ישׂראל‪ ,‬און‬
‫צװײ טױזנט ז ַײנען געװען מיט ָשאולן אין ִמכ ָמש און אױף דעם באַרג‬
‫פֿון ֵבית‪ֵ -‬אל‪ ,‬און טױזנט ז ַײנען געװען מיט יוָנתנען אין גבֿעת‪-‬בנימין‪.‬‬
‫און דאָס איבעריקע פֿאָלק האָט ער אַװעקגעשיקט איטלעכן צו ז ַײנע‬

                                                              ‫געצעלטן‪.‬‬

‫‪ 3‬און יוָנתן האָט געשלאָגן די װאַך פֿון די פּלשתּים װאָס אין ֶגבֿע‪,‬‬
‫און די פּלשתּים האָבן דערהערט‪ .‬און ָשאול האָט געבלאָזן אין שופֿר‬
‫דורכן גאַנצן לאַנד‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זאָלן די ִעבֿרים הערן! ‪ 4‬און גאַנץ‬
‫ישׂראל האָבן געהערט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ָ :‬שאול האָט געשלאָגן די װאַך‬
‫פֿון די פּלשתּים‪ ,‬און ישׂראל האָט זיך אױך פֿאַרמיאוסט ב ַײ די‬
‫פּלשתּים; און דאָס פֿאָלק האָט זיך א ַײנגעזאַמלט הינטער ָשאולן קײן‬
‫ִגלגל‪ 5 .‬און די פּלשתּים האָבן א ַײנגעזאַמלט מלחמה צו האַלטן מיט‬
‫ישׂראל – דר ַײסיק טױזנט ר ַײטװעגן‪ ,‬און זעקס טױזנט ר ַײטער‪ ,‬און‬
‫פֿאָלק אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים אין פֿילקײט; און‬
‫זײ ז ַײנען אַר ַײגעקומען און האָבן געלאַגערט אין ִמכ ָמש‪ ,‬צו מזרח פֿון‬

                                                               ‫בית‪-‬אָון‪.‬‬
   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31   32