Page 22 - Shmuel a
P. 22
שמוּאל א
אַז די דאָזיקע צײכנס װעלן דיר אָנקומען ,טו דיר װאָס דיר קומט צו
דער האַנט ,װאָרום גאָט איז מיט דיר 8 .און זאָלסט אַראָפּנידערן מיר
פֿאַרױס קײן ִגלגל ,און זע ,איך װעל אַראָפּנידערן צו דיר
אױפֿצוברענגען בראַנדאָפּפֿער ,צו שלאַכטן פֿרידאָפּפֿער; זיבן טעג
זאָלסטו װאַרטן ביז איך קום צו דיר ,און װעל דיך לאָזן װיסן װאָס דו
זאָלסט טאָן.
9און עס איז געװען ,װי ער קערט אום ז ַײן רוקן אַװעקצוגײן פֿון
לעבן שמואלן ,אַזױ האָט גאָט אים פֿאַרקערט אַן אַנדער האַרץ; און
אַלע די דאָזיקע צײכנס ז ַײנען אָנגעקומען אין יענעם טאָג 10 .און װי
זײ ז ַײנען געקומען אַהין קײן ִגבֿ ָעה ,ערשט אַ שנור נבֿיאים קומט אים
אַנטקעגן; און דער ג ַײסט פֿון גאָט איז געקומען אױף אים ,און ער
האָט נבֿיאות געזאָגט צװישן זײ 11 .און עס איז געװען ,װי אַלע װאָס
האָבן אים געקענט פֿון נעכטן-אײערנעכטן ,האָבן געזען ,ערשט ער
זאָגט נבֿיאות מיט נבֿיאים ,אַזױ האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט אײנער צום
אַנדערן :װאָס איז דאָס געשען דעם זון פֿון קישן? איז אױך ָשאול
צװישן די נבֿיאים? 12האָט זיך אָפּגערופֿן אַ מאַן פֿון דאָרטן און
האָט געזאָגט :און װער איז זײער פֿאָטער? דעריבער איז געװאָרן
פֿאַר אַ שפּריכװאָרט :איז אױך ָשאול צװישן די נבֿיאים?
13און װי ער האָט געענדיקט נבֿיאות זאָגן ,אַזױ איז ער געקומען צו
דער ָב ָמה.
14און שאָולס פֿעטער האָט געזאָגט צו אים און צו ז ַײן יונג :װוּהין
ז ַײט איר געגאַנגען? האָט ער געזאָגט :צו זוכן די אײזעלינס; און מיר
האָבן געזען אַז זײ ז ַײנען ניטאָ ,ז ַײנען מיר געקומען צו שמואלן15 .
האָט שאָולס פֿעטער געזאָגט :דערצײל מיר ,איך בעט דיך ,װאָס האָט
א ַײך שמואל געזאָגט? 16האָט ָשאול געזאָגט צו ז ַײן פֿעטער:
דערצײלן האָט ער אונדז דערצײלט אַז די אײזעלינס ז ַײנען געפֿונען
געװאָרן .אָבער די מעשׂה פֿון דער מלוכה װאָס שמואל האָט געזאָגט,
האָט ער אים ניט דערצײלט.
17און שמואל האָט צונױפֿגערופֿן דאָס פֿאָלק צו גאָט קײן ִמצ ָפּה18 .
און ער האָט געזאָגט צו די קינדער פֿון ישׂראל :אַזױ האָט געזאָגט
יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל :איך האָב אױפֿגעבראַכט ישׂראל פֿון
מצ ַר ִים ,און האָב א ַײך מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון מצ ַר ִים ,און