Page 18 - Shmuel a
P. 18
שמוּאל א
װעט ער צונעמען און אַװעקשענקען צו ז ַײנע קנעכט 15 .און פֿאַר
א ַײערע זאָמען און א ַײערע װ ַײנגערטנער װעט ער נעמען מעשׂר ,און
אַװעקשענקען צו ז ַײנע הױפֿדינער און צו ז ַײנע קנעכט 16 .און
א ַײערע קנעכט און א ַײערע דינסטן און א ַײערע בעסטע בחורים און
א ַײערע אײזלען װעט ער צונעמען ,און פֿאַרטאָן פֿאַר ז ַײן אַרבעט17 .
פֿון א ַײערע שאָף װעט ער נעמען מעשׂר; און איר װעט ז ַײן קנעכט
ב ַײ אים 18 .און איר װעט שר ַײען אין יענעם טאָג פֿון װעגן א ַײער
מלך װאָס איר האָט א ַײך אױסדערװײלט ,און גאָט װעט א ַײך ניט
ענטפֿערן אין יענעם טאָג.
19אָבער דאָס פֿאָלק האָט ניט געװאָלט צוהערן צו דעם ָקול פֿון
שמואלן ,און זײ האָבן געזאָגט :נײן ,נאָר דװקא אַ מלך מוז ז ַײן
איבער אונדז 20 ,אַז מיר זאָלן אױך ז ַײן אַזױ װי אַלע פֿעלקער ,און
אונדזער מלך זאָל אונדז משפּטן ,און אַרױסגײן אונדז פֿאַרױס ,און
פֿירן אונדזערע מלחמות.
21און שמואל האָט געהערט אַלע װערטער פֿון פֿאָלק ,און ער האָט
זײ דערצײלט אין די אױערן פֿון גאָט 22 .און גאָט האָט געזאָגט צו
שמואלן :הער צו זײער ָקול ,און זאָלסט זײ מאַכן אַ מלך.
האָט שמואל געזאָגט צו די מענער פֿון ישׂראל :גײט איטלעכער צו
ז ַײן שטאָט.
1און עס איז געװען אַ מאַן פֿון בנימין ,װאָס ז ַײן נאָמען איז
געװען קיש דער זון פֿון אַבֿי ֵאל ,דעם זון פֿון צ ָרור ,דעם זון פֿוןט
בכוֹ ַרת ,דעם זון פֿון אַפֿי ַח ,דעם זון פֿון אַ מאַן אַ בנימינער ,אַ
העלדישער ִגבור 2 .און ער האָט געהאַט אַ זון ,װאָס ז ַײן נאָמען איז
געװען ָשאול ,יונג און שײן ,און קײנער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז
ניט געװען שענער פֿון אים; פֿון ז ַײן אַקסל און אַרױף איז ער געװען
העכער פֿון גאַנצן פֿאָלק.
3ז ַײנען פֿאַרלאָרן געװאָרן די אײזעלינס ב ַײ קיש דעם פֿאָטער פֿון
ָשאולן ,און קיש האָט געזאָגט צו ז ַײן זון ָשאולן :נעם אַקאָרשט מיט
דיר אײנעם פֿון די יונגען ,און שטײ אױף ,גײ זוך די אײזעלינס.