Page 17 - Shmuel a
P. 17

‫שמוּאל א‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז שמואל איז אַלט געװאָרן‪ ,‬האָט ער‬

‫געמאַכט ז ַײנע זין שופֿטים אױף ישׂראל‪ 2 .‬און דער נאָמען פֿוןח‬

‫ז ַײן ערשטגעבױרענעם זון איז געװען יוֹ ֵאל‪ ,‬און דער נאָמען פֿון דעם‬
‫צװײטן פֿון אים אַבָֿיה; זײ ז ַײנען געװען שופֿטים אין ב ֵאר‪ֶ -‬שבֿע‪ 3 .‬און‬
‫ז ַײנע זין ז ַײנען ניט געגאַנגען אין ז ַײנע װעגן‪ ,‬און זײ האָבן זיך‬
‫אָפּגענ ַײגט נאָך געװין‪ ,‬און האָבן גענומען שוחד‪ ,‬און פֿאַרדרײט דעם‬

                                                                 ‫משפּט‪.‬‬

‫‪ 4‬האָבן זיך אַר ַײנגעזאַמלט אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל‪ ,‬און זײ ז ַײנען‬
‫געקומען צו שמואלן קײן רמה‪ 5 ,‬און האָבן צו אים געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬דו‬
‫ביסט אַלט‪ ,‬און ד ַײנע זין גײען ניט אין ד ַײנע װעגן‪ .‬אַצונד מאַך אונדז‬

                              ‫אַ מלך צו משפּטן אַזױ װי אַלע פֿעלקער‪.‬‬

‫‪ 6‬און די זאַך איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון שמואלן‪ ,‬אַז זײ‬
‫האָבן געזאָגט‪ :‬גיב אונדז אַ מלך אונדז צו משפּטן‪ .‬און שמואל האָט‬
‫מתפּלל געװען צו גאָט‪ 7 .‬האָט גאָט געזאָגט צו שמואלן‪ :‬הער צו‬
‫דעם ָקול פֿון דעם פֿאָלק אין אַלץ װאָס זײ זאָגן צו דיר; װאָרום ניט‬
‫דיך האָבן זײ פֿאַראַכט‪ ,‬נאָר מיך האָבן זײ פֿאַראַכט פֿון צו קיניגן‬
‫איבער זײ‪ 8 .‬אַזױ װי אַלע זײערע טוּונגען װאָס זײ האָבן געטאָן פֿון‬
‫דעם טאָג װאָס איך האָב זײ אױפֿגעבראַכט פֿון מצ ַר ִים און ביז‬
‫ה ַײנטיקן טאָג‪ ,‬װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן און געדינט פֿרעמדע‬
‫געטער‪ ,‬אַזױ טוען זײ אױך צו דיר‪ 9 .‬און אַצונד‪ ,‬הער צו זײער ָקול‪,‬‬
‫נאָר װאָרענען זאָלסטו זײ װאָרענען‪ ,‬און זײ דערצײלן דעם שטײגער‬

                             ‫פֿון דעם מלך װאָס װעט קיניגן איבער זײ‪.‬‬

‫‪ 10‬האָט שמואל געזאָגט אַלע װערטער פֿון גאָט צו דעם פֿאָלק װאָס‬
‫האָט פֿאַרלאַנגט פֿון אים אַ מלך‪ 11 .‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬דאָס װעט‬
‫ז ַײן דער שטײגער פֿון דעם מלך װאָס װעט קיניגן איבער א ַײך‪:‬‬
‫א ַײערע זין װעט ער צונעמען און װעט זײ פֿאַרטאָן פֿאַר זיך ב ַײ ז ַײן‬
‫ר ַײטװאָגן‪ ,‬און ב ַײ ז ַײנע פֿערד‪ ,‬און זײ װעלן לױפֿן פֿאַר ז ַײן ר ַײטװאָגן‪.‬‬
‫‪ 12‬און ער װעט זײ זיך מאַכן פֿאַר הױפּטל ַײט פֿון טױזנט‪ ,‬און‬
‫הױפּטל ַײט פֿאַר פֿופֿציק‪ ,‬און אױף צו אַקערן ז ַײן אַקער‪ ,‬און צו‬
‫שנ ַײדן ז ַײן שניט‪ ,‬און צו מאַכן ז ַײנע כּלי‪-‬מלחמה‪ ,‬און די שפּאַנצ ַײג‬
‫פֿון ז ַײנע ר ַײטװעגן‪ 13 .‬און א ַײערע טעכטער װעט ער צונעמען פֿאַר‬
‫בשׂמים‪-‬מאַכערינס‪ ,‬און פֿאַר קעכינס‪ ,‬און פֿאַר בעקערינס‪ 14 .‬און‬
‫א ַײערע בעסטע פֿעלדער און װ ַײנגערטנער און אײלבערטגערטנער‬
   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22