Page 12 - Shmuel a
P. 12

‫שמוּאל א‬

‫טרעטן ניט די פּריסטער פֿון דגון‪ ,‬און אַלע װאָס קומען אין הױז פֿון‬
   ‫דגון‪ ,‬אױף דעם שװעל פֿון דגון אין אַשדוד ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬

‫‪ 6‬און די האַנט פֿון גאָט איז געװען שװער אױף די אַשדודער און ער‬
‫האָט זײ פֿאַרװיסט‪ ,‬און האָט זײ געפּלאָגט מיט בלאָטערן – אַשדוד‬
‫מיט אירע געמאַרקן‪ 7 .‬און װי די אַשדודער האָבן געזען אַז עס‬
‫האַלט אַזױ‪ ,‬האָבן זײ געזאָגט‪ :‬דער אָרון פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל‬
‫טאָר ניט בל ַײבן ב ַײ אונדז‪ ,‬װאָרום ז ַײן האַנט איז האַרט אױף אונדז‬

                                           ‫און אױף דגון אונדזער גאָט‪.‬‬

‫‪ 8‬און זײ האָבן געשיקט און האָבן א ַײנגעזאַמלט צו זיך אַלע פֿירשטן‬
‫פֿון די פּלשתּים‪ ,‬און זײ האָבן געזאָגט‪ :‬װאָס זאָלן מיר טאָן מיט דעם‬
‫אָרון פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל? האָבן יענע געזאָגט קײן ַגת זאָל‬
‫אַריבערגײן דער אָרון פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל‪ .‬און זײ האָבן‬

                 ‫אַריבערגעטראָגן דעם אָרון פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 9‬און עס איז געװען‪ ,‬נאָך דעם װי זײ האָבן אים אַריבערגעטראָגן‪,‬‬
‫איז די האַנט פֿון גאָט געװען אין דער שטאָט מיט זײער אַ גרױסער‬
‫מהומה‪ ,‬און ער האָט געפּלאָגט די מענטשן פֿון דער שטאָט פֿון קלײן‬
‫ביז גרױס‪ ,‬און עס האָבן אױסגעבראָכן ב ַײ זײ בלאָטערן‪ 10 .‬האָבן זײ‬

                        ‫אַװעקגעשיקט דעם אָרון פֿון גאָט קײן עקרון‪.‬‬

‫און עס איז געװען‪ ,‬װי דער אָרון פֿון גאָט איז אָנגעקומען קײן עקרון‪,‬‬
‫האָבן די עקרונער געשר ִיען‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬מע האָט אַריבערגעבראַכט‬
‫צו מיר דעם אָרון פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל‪ ,‬צו טײטן מיך און מ ַײן‬
‫פֿאָלק‪ 11 .‬און זײ האָבן געשיקט און האָבן א ַײנגעזאַמלט אַלע‬
‫פֿירשטן פֿון די פּלשתּים‪ ,‬און זײ האָבן געזאָגט‪ :‬שיקט אַװעק דעם‬
‫אָרון פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל‪ ,‬און זאָל ער זיך אומקערן צו ז ַײן אָרט‪,‬‬
‫כּדי ער זאָל ניט טײטן מיך און מ ַײן פֿאָלק‪ .‬װאָרום אַ טױט‪-‬מהומה‬
‫איז געװען אין דער גאַנצן שטאָט; די האַנט פֿון גאָט איז דאָרטן‬
‫געװען זײער שװער‪ 12 .‬און די מענטשן װאָס ז ַײנען ניט געשטאָרבן‪,‬‬
‫ז ַײנען געפּלאָגט געװאָרן מיט בלאָטערן‪ ,‬און דאָס געשרײ פֿון דער‬

                                          ‫שטאָט איז אַרױף ביזן הימל‪.‬‬
   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16   17