Page 9 - Shmuel a
P. 9

‫שמוּאל א‬

‫פֿאַרלײקענען פֿון מיר‪ ,‬איך בעט דיך‪ .‬זאָל דיר גאָט טאָן אַזױ און נאָך‬
‫מער‪ ,‬אױב דו װעסט פֿון מיר פֿאַרלײקענען אַ װאָרט פֿון אַלע‬
‫װערטער װאָס גאָט האָט צו דיר גערעדט‪ 18 .‬האָט שמואל אים‬
‫דערצײלט אַלע װערטער‪ ,‬און ניט פֿאַרלײקנט פֿון אים‪ .‬און ער האָט‬

    ‫געזאָגט‪ :‬ער איז יהוה; װאָס איז גוט אין ז ַײנע אױגן‪ ,‬זאָל ער טאָן‪.‬‬

‫‪ 19‬און שמואל איז געװאַקסן‪ ,‬און גאָט איז געװען מיט אים‪ ,‬און ער‬
‫האָט פֿון אַלע ז ַײנע װערטער ניט געלאָזט פֿאַלן צו דער ערד‪ 20 .‬און‬
‫גאַנץ ישׂראל פֿון דן און ביז ב ֵאר‪ֶ -‬שבֿע האָט געװוּסט אַז שמואל איז‬
‫באַגלױבט געװאָרן פֿאַר אַ נבֿיא פֿון גאָט‪ 21 .‬און גאָט האָט זיך װידער‬
‫באַװיזן אין שילו; װאָרום גאָט האָט זיך אַנטפּלעקט צו שמואלן אין‬

                                       ‫שילו דורך דעם װאָרט פֿון גאָט‪.‬‬

  ‫‪ 1‬און דאָס װאָרט פֿון שמואלן איז אַרױס צו גאַנץ ישׂראל‪.‬ד‬

‫און ישׂראל איז אַרױסגעגאַנגען אױף מלחמה אַקעגן די פּלשתּים‪ ,‬און‬
‫זײ האָבן געלאַגערט ב ַײ ֶאבֿן‪ֶ -‬עֶזר‪ ,‬און די פּלשתּים האָבן געלאַגערט‬
‫אין אַפֿק‪ 2 .‬און די פּלשתּים האָבן זיך אַרױסגעשטעלט אַקעגן‬
‫ישׂראל‪ ,‬און די מלחמה האָט זיך פֿאַרשפּרײט‪ ,‬און ישׂראל איז‬
‫געשלאָגן געװאָרן פֿאַר די פּלשתּים; און זײ האָבן געטײט אין דער‬
‫שלאַכט אױפֿן פֿעלד אַרום פֿיר טױזנט מאַן‪ 3 .‬און אַז דאָס פֿאָלק איז‬
‫צוריקגעקומען אין לאַגער‪ ,‬האָבן די עלטסטע פֿון ישׂראל געזאָגט‪:‬‬
‫פֿאַר װאָס האָט אונדז ה ַײנט גאָט געשלאָגן פֿאַר די פּלשתּים? לאָמיר‬
‫אַריבערנעמען צו אונדז פֿון שילו דעם אָרון פֿון גאָטס בונד‪ ,‬כּדי ער‬
‫זאָל קומען צװישן אונדז‪ ,‬און אונדז העלפֿן פֿון דער האַנט פֿון‬

                                                       ‫אונדזערע פֿ ַײנט‪.‬‬

‫‪ 4‬האָט דאָס פֿאָלק געשיקט קײן שילו‪ ,‬און זײ האָבן אַריבערגעטראָגן‬
‫פֿון דאָרטן דעם אָרון פֿון דעם בונד פֿון גאָט פֿון צבֿאות װאָס זיצט‬
‫איבער די כּרובֿים; און דאָרטן ז ַײנען געװען עליס צװײ זין ב ַײ דעם‬
‫אָרון פֿון גאָטס בונד‪ ,‬חפֿני און פּינחס‪ 5 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי דער‬
‫אָרון פֿון גאָטס בונד איז אָנגעקומען אין לאַגער‪ ,‬אַזױ האָבן גאַנץ‬
‫ישׂראל געשאַלט אַ גרױסע שאַלונג‪ ,‬אַז די ערד איז פֿאַרהילכט‬
‫געװאָרן‪ 6 .‬און די פּלשתּים האָבן געהערט דעם ָקול פֿון דער שאַלונג‪,‬‬
‫און זײ האָבן געזאָגט‪ :‬װאָס איז דער ָקול פֿון דער דאָזיקער גרױסער‬
   4   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14