Page 7 - Shmuel a
P. 7
שמוּאל א
מ ַײן שפּ ַײזאָפּפֿער װאָס איך האָב באַפֿױלן אין מ ַײן װױנונג ,און
האַלטסט ד ַײנע זין אין מער כּבֿוד װי מיך ,כּדי א ַײך צו שטאָפּן מיטן
בעסטן פֿון יעטװעדער קרבן פֿון ישׂראל מ ַײן פֿאָלק? 30דרום זאָגט
יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל :זאָגן האָב איך געװעסט געזאָגט :ד ַײן הױז
און ד ַײן פֿאָטערס הױז װעלן אומגײן פֿאַר מיר אױף אײביק; אָבער
אַצונד ,זאָגט גאָט ,פֿאַרמיטן זאָל עס ז ַײן פֿאַר מיר; װאָרום די װאָס
גיבן מיר כּבֿוד ,װעל איך געבן כּבֿוד ,און די װאָס פֿאַראַכטן מיך ,װעלן
גרינגגעשאַצט װערן 31 .זע ,טעג קומען ,און איך װעל אָפּהאַקן ד ַײן
אָרעם און דעם אָרעם פֿון ד ַײן פֿאָטערס הױז ,אַז אַ זקן װעט ניט ז ַײן
אין ד ַײן הױז 32 .און װעסט קוקן װי אַ שׂונא פֿון מ ַײן װױנונג אױף
איטלעכן װאָס װעט גוטס טאָן ישׂראל; און אַ זקן װעט קײן מאָל ניט
ז ַײן אין ד ַײן הױז 33 .און ניט איטלעכן פֿון דיר װעל איך פֿאַרשנ ַײדן
פֿון לעבן מ ַײן מזבח ,כּדי צו מאַכן אױסגײן ד ַײנע אױגן און
פֿאַרשמאַכטן ד ַײן זעל; און אַלע אױפֿגעװאַקסענע אין ד ַײן הױז װעלן
שטאַרבן יונגעל ַײט 34 .און דאָס װעט דיר ז ַײן דער צײכן :װאָס װעט
קומען אױף ד ַײנע צװײ זין ,אױף חפֿנין און פּינחסן – אין אײן טאָג
װעלן זײ בײדע שטאַרבן 35 .און איך װעל מיר אױפֿשטעלן אַ
געטר ַײען כּהן װאָס װעט טאָן אַזױ װי אין מ ַײן האַרצן און אין מ ַײן
זעל; און איך װעל אים אױפֿבױען אַ זיכער הױז ,און ער װעט אומגײן
פֿאַר מ ַײן געזאַלבטן אַלע טעג 36 .און עס װעט ז ַײן ,איטלעכער װאָס
בל ַײבט איבער אין ד ַײן הױז ,װעט קומען זיך בוקן צו אים אום אַ
זילבערשטיק און אַ לעבל ברױט ,און װעט זאָגן :נעם מיך צו ,איך
בעט דיך ,צו אײנער פֿון די כּהנות ,צו עסן אַ שטיקל ברױט.
1און דער י ִינגל שמואל האָט געדינט גאָט לעבן עלין; און גאָטס
װאָרט איז געװען זעלטן אין יענע טעג .קײן אָפֿטע זעונג איז ניטג
געװען 2 .און עס איז געװען אין יענע טעג ,װען עלי איז געלעגן אױף
ז ַײן אָרט – און ז ַײנע אױגן האָבן אָנגעהױבן טונקל װערן; ער האָט
ניט געקענט זען – 3און דאָס ליכט פֿון גאָט איז נאָך ניט געװען
אױסגעגאַנגען ,און שמואל איז געלעגן אין טעמפּל פֿון גאָט ,װאָס
דאָרטן איז געװען דער אָרון פֿון גאָט 4 .האָט גאָט גערופֿן צו
שמואלן; האָט ער געזאָגט :דאָ בין איך 5 .און ער איז צוגעלאָפֿן צו
עלין ,און האָט געזאָגט :דאָ בין איך; האָסט דאָך מיך גערופֿן .האָט