Page 10 - Shmuel a
P. 10
שמוּאל א
שאַלונג אין לאַגער פֿון די ִעבֿרים? און זײ ז ַײנען געװאָר געװאָרן אַז
דער אָרון פֿון גאָט איז אָנגעקומען אין לאַגער 7 .און די פּלשתּים
האָבן מורא געקראָגן ,װאָרום זײ האָבן געזאָגט :יהוה איז געקומען
אין לאַגער .און זײ האָבן געזאָגט :װײ אונדז! װאָרום אַזױ-װאָס איז
ניט געשען נעכטן-אײערנעכטן 8 .װײ אונדז! װער װעט אונדז מציל
ז ַײן פֿון דער האַנט פֿון די דאָזיקע מאַכטיקע געטער? דאָס ז ַײנען דאָך
די געטער װאָס האָבן געשלאָגן די ִמצרים מיט אַלערלײ שלעק אין
מדבר 9 .שטאַרקט א ַײך ,און ז ַײט מענער ,איר פּלשתּים ,כּדי איר
זאָלט ניט דינען די ִעבֿרים ,אַזױ װי זײ האָבן א ַײך געדינט; דרום ז ַײט
מענער ,און איר זאָלט מלחמה האַלטן.
10און די פּלשתּים האָבן מלחמה געהאַלטן ,און ישׂראל איז געשלאָגן
געװאָרן ,און זײ ז ַײנען אַנטלאָפֿן איטלעכער צו ז ַײנע געצעלטן .און
עס איז געװען זײער אַ גרױסער שלאַק ,און עס ז ַײנען געפֿאַלן פֿון
ישׂראל דר ַײסיק טױזנט פֿוסגײער 11 .און דער אָרון פֿון גאָט איז
צוגענומען געװאָרן ,און עליס צװײ זין ז ַײנען געטײט געװאָרן ,חפֿני
און פּינחס.
12און אַ מאַן פֿון בנימין איז אַנטלאָפֿן פֿון שלאַכטפֿעלד ,און ער איז
אָנגעקומען קײן שילו אין דעם אײגענעם טאָג ,מיט ז ַײנע קלײדער
צעריסן ,און ערד אױף ז ַײן קאָפּ 13 .און װי ער איז געקומען ,ערשט
עלי זיצט אױף אַ שטול ב ַײם װעג ,אױסקוקנדיק; װאָרום ז ַײן האַרץ
האָט געציטערט װעגן דעם אָרון פֿון גאָט .און דער מאַן איז געקומען
אָנזאָגן אין שטאָט ,און די גאַנצע שטאָט האָט אױפֿגעשר ִיען 14 .און
עלי האָט געהערט דעם ָקול פֿון דעם געשרײ ,און האָט געזאָגט:
װאָס איז דער ָקול פֿון דעם דאָזיקן ליאַרעם? האָט דער מאַן געא ַײלט
און איז צוגעקומען ,און האָט עלין דערצײלט 15 .און עלי איז געװען
אַכט און נ ַײנציק יאָר אַלט ,און ז ַײנע אױגן ז ַײנען געװען שטאַר ,און
ער האָט ניט געקענט זען 16 .האָט דער מאַן געזאָגט צו עלין :איך בין
דער װאָס איז געקומען פֿון שלאַכטפֿעלד ,און בין ה ַײנט אַנטלאָפֿן פֿון
שלאַכטפֿעלד .האָט ער געזאָגט :װי איז די זאַך געװען ,מ ַײן זון? 17
האָט דער אָנזאָגער געענטפֿערט און האָט געזאָגט :ישׂראל איז
אַנטלאָפֿן פֿאַר די פּלשתּים ,און עס איז אױך געװען אַ גרױסער
שלאַק צװישן פֿאָלק ,און אױך ד ַײנע בײדע זין ז ַײנען געטײט געװאָרן,
חפֿני און פּינחס ,און דער אָרון פֿון גאָט איז אַװעקגענומען געװאָרן.