Page 6 - Shmuel a
P. 6
שמוּאל א
יונגען איז געװען זײער גרױס פֿאַר גאָט ,װאָרום די מענטשן האָבן
מבֿזה געװען דעם קרבן פֿון גאָט.
18און שמואל איז געװען אַ דינער פֿאַר גאָט ,אַ י ִינגל אָנגעגורט אין
אַ לײנענעם אפֿוד 19 .און אַ קלײן מאַנטעלע פֿלעגט אים ז ַײן מוטער
מאַכן ,און אים אַרױפֿברענגען פֿון יאָר צו יאָר ,װען זי איז
אַרױפֿגעקומען מיט איר מאַן צו שלאַכטן דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון
יאָר 20 .און עלי פֿלעגט בענטשן אלקנהן און ז ַײן װ ַײב ,און זאָגן :זאָל
דיר גאָט באַשערן זאָמען פֿון דער דאָזיקער װ ַײב פֿאַר דער אַנטל ַײונג
װאָס איז אַנטל ִיען געװאָרן צו גאָט .און זײ פֿלעגן גײן אַהײם21 .
האָט אױך גאָט געדאַכט אָן חנהן ,און זי איז טראָגעדיק געװאָרן ,און
זי האָט געבאָרן דר ַײ זין און צװײ טעכטער .און דער י ִינגל שמואל
איז אױפֿגעװאַקסן ב ַײ גאָט.
22און עלי איז געװען זײער אַלט; און ער האָט געהערט אַלץ װאָס
ז ַײנע זין טוען צו גאַנץ ישׂראל ,און אַז זײ ליגן מיט די װ ַײבער װאָס
זאַמלען זיך א ַײן ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון אהל-מועד 23 .און ער האָט צו זײ
געזאָגט :פֿאַר װאָס טוט איר אַזעלכע זאַכן? װאָרום איך הער א ַײערע
שלעכטע מעשׂים פֿון דעם דאָזיקן גאַנצן פֿאָלק 24 .ניט ,זין מ ַײנע;
װאָרום ניט גוט איז די הערונג װאָס איך הער דאָס פֿאָלק פֿון גאָט
פֿאַרשפּרײטן 25 .אַז אַ מענטש זינדיקט קעגן אַ מענטשן ,שטעלט זיך
א ַײן פֿאַר אים בית-דין אָבער אַז אַ מענטש זינדיקט קעגן גאָט ,װער
װעט פֿאַר אים בעטן? אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט צו דעם ָקול
פֿון זײער פֿאָטער; װאָרום גאָט האָט געװאָלט זײ טײטן.
26און דער י ִינגל שמואל איז געװאָרן אַלץ גרעסער ,און מער
װױלגעפֿעליק אי ב ַײ גאָט און אי ב ַײ ל ַײטן.
27און אַ געטלעכער מאַן איז געקומען צו עלין ,און האָט צו אים
געזאָגט :אַזױ האָט גאָט געזאָגט :איך האָב דאָך אַנטפּלעקן זיך
אַנטפּלעקט צו ד ַײן פֿאָטערס הױז בעת זײ ז ַײנען געװען אין מצ ַר ִים
אונטער דעם הױז פֿון פּרעהן 28 ,און אים אױסדערװײלט פֿון אַלע
שבֿטים פֿון ישׂראל פֿאַר אַ כּהן צו מיר ,אַרױפֿצוגײן אױף מ ַײן מזבח,
צו רײכערן װ ַײרױך ,צו טראָגן אַן אפֿוד פֿאַר מיר; און איך האָב
געגעבן ד ַײן פֿאָטערס הױז אַלע פֿ ַײעראָפּפֿער פֿון די קינדער פֿון
ישׂראל 29 .פֿאַר װאָס טרעט איר אױף מ ַײן שלאַכטאָפּפֿער און אױף