Page 4 - Shmuel a
P. 4
שמוּאל א
אַנטװײנען .זאָל נאָר גאָט מקיים ז ַײן ז ַײן װאָרט .איז די פֿרױ געבליבן;
און זי האָט געזױגן איר קינד ביז זי האָט אים אַנטװײנט.
24און אַז זי האָט אים אַנטװײנט ,האָט זי אים אַרױפֿגעבראַכט מיט
זיך מיט דר ַײ אָקסן ,און אײן ֵאיפֿה מעל ,און אַ לאָגל װ ַײן; און זי
האָט אים געבראַכט אין הױז פֿון גאָט אין שילו ,און דער י ִינגל איז
געװען יונג 25 .און זײ האָבן געשאָכטן דעם אָקס ,און האָבן
געבראַכט דעם יִינגל צו עלין 26 .און זי האָט געזאָגט :איך בעט דיך,
מ ַײן האַר ,אַזױ װי ד ַײן זעל לעבט ,מ ַײן האַר ,איך בין די פֿרױ װאָס
איז דאָ געשטאַנען לעבן דיר ,מתפּלל צו ז ַײן צו גאָט 27 .אױף דעם
דאָזיקן י ִינגל האָב איך מתפּלל געװען ,און גאָט האָט מיר געשאָנקען
מ ַײן בקשה װאָס איך האָב געבעטן פֿון אים 28 .און אױך איך האָב
אים געלִיען צו גאָט; אַלע טעג װאָס ער לעבט איז ער געל ִיען צו
גאָט .און ער האָט זיך דאָרטן געבוקט צו גאָט.
1און חנה האָט מתפּלל געװען ,און האָט געזאָגט:
מ ַײן האַרץ איז לוסטיק דורך גאָט,ב
מ ַײן האָרן איז דערהױבן דורך גאָט;
מ ַײן מױל איז ברײט אַקעגן מ ַײנע פֿ ַײנט,
װאָרום איך פֿרײ זיך מיט ד ַײן הילף.
2ניטאָ אַ הײליקער װי יהוה,
װאָרום חוץ דיר איז ניטאָ;
און ניטאָ אַ פֿעלדז װי אונדזער גאָט.
3ניט מערן זאָלט איר הױכהאָפֿערדיקע רײד,
ניט אַרױס זאָל פֿאַרש ַײטס פֿון א ַײער מױל.
װאָרום אַ גאָט פֿון װיסן איז יהוה,
און פֿון אים װערן מעשׂים געװױגן.
4דער בױגן פֿון גיבורים װערט צעבראָכן.
און געשטרױכלטע גורטן אָן קראַפֿט.
5זאַטע פֿאַרדינגען זיך אום ברױט,
און הונגעריקע רוען אָפּ;
בעת די עקרה געבערט זיבן,
װערט די ר ַײכע אין קינדער פֿאַרװעלקט.
6גאָט טײט און גאָט מאַכט לעבעדיק,