Page 3 - Shmuel a
P. 3

‫שמוּאל א‬

‫װעסטו זען די פּ ַײן פֿון ד ַײן דינסט‪ ,‬און װעסט דאַכטן אָן מיר‪ ,‬און ניט‬
‫פֿאַרגעסן אָן ד ַײן דינסט‪ ,‬און װעסט שענקען ד ַײן דינסט אַ קינד אַ‬
‫זכר‪ ,‬װעל איך אים אָפּגעבן צו גאָט אױף אַלע טעג פֿון ז ַײן לעבן‪ ,‬און‬

                  ‫אַ שערמעסער װעט ניט אַרױפֿקומען אױף ז ַײן קאָפּ‪.‬‬

‫‪ 12‬און עס איז געװען‪ ,‬װי זי האָט לאַנג מתפּלל געװען פֿאַר גאָט‪ ,‬אַזױ‬
‫האָט עלי אױפֿגעפּאַסט איר מױל‪ 13 .‬װאָרום חנה‪ ,‬זי האָט גערעדט‬
‫אין איר האַרצן; בלױז אירע ליפּן האָבן זיך געשאָקלט‪ ,‬אָבער איר‬
‫ָקול האָט זיך ניט געהערט; און עלי האָט זי גערעכנט פֿאַר אַ‬
‫שיכּורער‪ 14 .‬האָט עלי געזאָגט צו איר‪ :‬ביז װאַנען װעסטו ז ַײן שכּור?‬
‫טו אָפּ ד ַײן װ ַײן פֿון זיך‪ 15 .‬האָט חנה געענטפֿערט און האָט געזאָגט‪:‬‬
‫נײן‪ ,‬מ ַײן האַר‪ ,‬אַ פֿרױ מיט אַ שװער געמיט בין איך‪ ,‬און װ ַײן און‬
‫שטאַרק געטראַנק האָב איך ניט געטרונקען‪ ,‬נ ַײערט איך האָב‬
‫אױסגעגאָסן מ ַײן זעל פֿאַר גאָט‪ 16 .‬זאָלסט ניט האַלטן ד ַײן דינסט‬
‫פֿאַר אַ נידער‪-‬טרעכטיקער פֿרױ‪ ,‬װאָרום פֿון מ ַײן גרױס קלאָג און מ ַײן‬
‫ערגערניש האָב איך גערעדט ביז אַהער‪ 17 .‬האָט זיך אָפּגערופֿן עלי‬
‫און האָט געזאָגט‪ :‬גײ לשלום‪ ,‬און דער גאָט פֿון ישׂראל זאָל שענקען‬
‫ד ַײן בקשה װאָס דו האָסט געבעטן פֿון אים‪ 18 .‬האָט זי געזאָגט‪ :‬זאָל‬

                    ‫ד ַײן דינסט געפֿינען ל ַײטזעליקײט אין ד ַײנע אױגן‪.‬‬

‫און די פֿרױ איז געגאַנגען אױף איר װעג‪ .‬און זי האָט געגעסן‪ ,‬און‬
‫האָט געקריגן אַן אַנדער פּנים‪ 19 .‬און אין דער פֿרי האָבן זײ זיך‬
‫געפֿעדערט‪ ,‬און זײ האָבן זיך געבוקט פֿאַר גאָט‪ ,‬און האָבן זיך‬
‫אומגעקערט‪ ,‬און ז ַײנען געקומען אין זײער הױז קײן רמה‪ .‬און‬
‫אלקנה האָט דערקענט ז ַײן װ ַײב חנהן; און גאָט האָט אָן איר‬
‫געדאַכט‪ 20 .‬און עס איז געװען נאָכן אומדרײ פֿון די טעג‪ .‬האָט חנה‬
‫אױסגעטראָגן און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען‬

                 ‫שמואל‪ ,‬װ ַײל‪ :‬״פֿון גאָט האָב איך אים אױסגעבעטן‪.‬״‬

‫‪ 21‬און דער מאַן אלקנה מיט ז ַײן גאַנצן הױזגעזינט איז‬
‫אַרױפֿגעגאַנגען צו שלאַכטן פֿאַר גאָט דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון יאָר‪,‬‬
‫און ז ַײן נדר‪ 22 .‬אָבער חנה איז ניט אַרױפֿגעגאַנגען‪ .‬װאָרום זי האָט‬
‫געזאָגט צו איר מאַן‪ :‬ביז דער י ִינגל װעט אַנטװײנט װערן; דענצמאָל‬
‫װעל איך אים ברענגען און ער װעט זיך װ ַײזן פֿאַר גאָט‪ ,‬און װעט‬
‫דאָרטן בל ַײבן אױף שטענדיק‪ 23 .‬האָט אלקנה איר מאַן געזאָגט צו‬
‫איר‪ :‬טו װאָס איז גוט אין ד ַײנע אױגן; בל ַײב ביז דו װעסט אים‬
   1   2   3   4   5   6   7   8