Page 11 - Shmuel a
P. 11
שמוּאל א
18און עס איז געװען ,װי ער האָט דערמאָנט דעם אָרון פֿון גאָט,
אַזױ איז ער אַראָפּגעפֿאַלן פֿון שטול הינטערװײלעך ב ַײם ז ַײט פֿון
טױער ,און ז ַײן געניק האָט זיך צעבראָכן ,און ער איז געשטאָרבן;
װאָרום דער מאַן איז געװען אַלט און שװערל ַײביק.
און ער האָט געמשפּט ישׂראל פֿערציק יאָר.
19און ז ַײן שנור ,פּינחסעס װ ַײב ,איז געװען טראָגעדיק צום
געװינען ,און װי זי האָט געהערט די הערונג ,אַז דער אָרון פֿון גאָט
איז אַװעקגענומען געװאָרן ,און איר שװער און איר מאַן ז ַײנען טױט,
אַזױ האָט זי זיך אַראָפּגעלאָזט און האָט געבאָרן ,װאָרום אירע װײען
ז ַײנען געקומען אױף איר 20 .און בעת איר שטאַרבן ,האָבן די װ ַײבער
װאָס ז ַײנען געשטאַנען לעבן איר ,צו איר געזאָגט :זאָלסט ניט מורא
האָבן ,װאָרום אַ זון האָסטו געבאָרן .אָבער זי האָט ניט געענטפֿערט,
און ניט צוגעטאָן איר האַרץ 21 .און זי האָט גערופֿן דעם י ִינגל אי-
כּבֿוד ]אױס כּבֿוד[ ,אַזױ צו זאָגן :אָפּגעטאָן האָט זיך דער כּבֿוד פֿון
ישׂראל; װעגן דער אַװעקנעמונג פֿון דעם אָרון פֿון גאָט ,און װעגן
איר שװער און איר מאַן 22 .און זי האָט געזאָגט :אָפּגעטאָן האָט זיך
דער כּבֿוד פֿון ישׂראל ,װאָרום דער אָרון פֿון גאָט איז אַװעקגענומען
געװאָרן.
1און די פּלשתּים האָבן גענומען דעם אָרון פֿון גאָט ,און האָבן
אים געבראַכט פֿון ֶאבֿןֶ -עֶזר קײן אַשדוד 2 .און די פּלשתּיםה
האָבן גענומען דעם אָרון פֿון גאָט ,און האָבן אים געבראַכט אין הױז
פֿון דגון ,און אים אַװעקגעשטעלט לעבן דגון 3 .און די אַשדודער
האָבן זיך געפֿעדערט אױף מאָרגן ,ערשט דגון ליגט אַנידערגעפֿאַלן
אױף ז ַײן פּנים צו דער ערד פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָט; האָבן זײ
גענומען דגון און האָבן אים אומגעקערט אױף ז ַײן אָרט 4 .און זײ
האָבן
זיך געפֿעדערט אױף מאָרגן אין דער פֿרי ,ערשט דגון ליגט
אַנידערגעפֿאַלן אױף ז ַײן פּנים צו דער ערד פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָט,
און דער קאָפּ פֿון דגון און ז ַײן בײדע האַנטפֿלעכן ליגן אָפּגעהאַקט
אױפֿן שװעל; נאָר ]דער ל ַײב פֿון[ דגון איז אים געבליבן 5 .דרום