Page 15 - Shmuel a
P. 15

‫שמוּאל א‬

‫גרױסן שלאַק‪ 20 .‬און די מענטשן פֿון בית‪ֶ -‬ש ֶמש האָבן געזאָגט‪ :‬װער‬
‫קען באַשטײן פֿאַר יהוה‪ ,‬דעם דאָזיקן הײליקן גאָט? און צו װעמען‬

                                          ‫זאָל ער אַרױפֿגײן פֿון אונדז?‬

‫‪ 21‬האָבן זײ געשיקט שלוחים צו די באַװױנער פֿון ִקרַית‪ְ-‬י ָערים‪ ,‬אַזױ‬
‫צו זאָגן‪ :‬די פּלשתּים האָבן אומגעקערט דעם אָרון פֿון גאָט‪ .‬נידערט‬

                                      ‫אַראָפּ‪ ,‬נעמט אים אַרױף צו א ַײך‪.‬‬

‫‪ 1‬און די מענטשן פֿון ִקרַית‪ְ-‬י ָערים ז ַײנען געקומען‪ ,‬און האָבן‬

‫אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון גאָט‪ ,‬און אים געבראַכט אין הױזז‬

‫פֿון אַבֿיָנ ֶדבֿן אױפֿן בערגל; און ֶאל ָעֶזר ז ַײן זון האָבן זײ געהײליקט צו‬
                                              ‫היטן דעם אָרון פֿון גאָט‪.‬‬

‫‪ 2‬און עס איז געװען‪ :‬פֿון זינט דעם טאָג װאָס דער אָרון איז‬
‫פֿאַרבליבן אין ִקרַית‪ְ-‬י ָערים האָבן זיך געמערט די טעג‪ .‬און עס ז ַײנען‬
‫געװאָרן צװאַנציק יאָר; און דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל האָט‬
‫געבענקט נאָך יהוה‪ 3 .‬און שמואל האָט געזאָגט צום גאַנצן הױז פֿון‬
‫ישׂראל‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אױב מיט א ַײער גאַנצן האַרצן קערט איר א ַײך‬
‫אום צו יהוה‪ ,‬טוט אָפּ די פֿרעמדע געטער פֿון צװישן א ַײך‪ ,‬און די‬
‫עש ָתּרות‪ ,‬און ברײט אָן א ַײער האַרץ צו יהוה‪ ,‬און דינט אים אַלײן‪,‬‬

          ‫און ער װעט א ַײך מציל ז ַײן פֿון דער האַנט פֿון די פּלשתּים‪.‬‬

‫‪ 4‬האָבן די קינדער פֿון ישׂראל אָפּגעטאָן די ַב ַעל‪-‬געטער און די‬
‫עש ָתּרות‪ ,‬און זײ האָבן געדינט יהוה אַלײן‪ 5 .‬און שמואל האָט‬
‫געזאָגט‪ :‬זאַמלט א ַײן גאַנץ ישׂראל קײן ִמצ ָפּה‪ ,‬און איך װעל מתפּלל‬

                                                 ‫ז ַײן פֿאַר א ַײך צו גאָט‪.‬‬

‫‪ 6‬האָבן זײ זיך א ַײנגעזאַמלט קײן ִמצ ָפּה‪ ,‬און זײ האָבן געשעפּט‬
‫װאַסער און אױסגעגאָסן פֿאַר גאָט‪ ,‬און זײ האָבן געפֿאַסט אין יענעם‬

              ‫טאָג‪ ,‬און געזאָגט דאָרטן‪ :‬מיר האָבן געזינדיקט צו גאָט‪.‬‬

         ‫און שמואל האָט געמשפּט די קינדער פֿון ישׂראל אין ִמצ ָפּה‪.‬‬

‫‪ 7‬און די פּלשתּים האָבן געהערט‪ ,‬אַז די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך‬
‫א ַײנגעזאַמלט קײן ִמצ ָפּה‪ ,‬און די פֿירשטן פֿון די פּלשתּים ז ַײנען‬
   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20