Page 16 - Shmuel a
P. 16

‫שמוּאל א‬

‫אַרױפֿגעגאַנגען קעגן ישׂראל‪ .‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן‬
‫דערהערט‪ ,‬און האָבן מורא געהאַט פֿאַר די פּלשתּים‪ 8 .‬און די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל האָבן געזאָגט צו שמואלן‪ :‬זאָלסט ניט אױפֿהערן‬
‫שר ַײען פֿון אונדזערט װעגן צו יהוה אונדזער גאָט‪ ,‬ער זאָל אונדז‬

                                ‫העלפֿן פֿון דער האַנט פֿון די פּלשתּים‪.‬‬

‫‪ 9‬האָט שמואל גענומען אַ מילכלעמעלע‪ ,‬און האָט עס אױפֿגעבראַכט‬
‫אין גאַנצן אַ בראַנדאָפּפֿער צו גאָט‪ .‬און שמואל האָט געשרִיען צו‬

                   ‫גאָט פֿאַר ישׂראל‪ ,‬און גאָט האָט אים געענטפֿערט‪.‬‬

‫‪ 10‬און עס איז געװען‪ ,‬װי שמואל ברענגט אױף דאָס בראַנדאָפּפֿער‪,‬‬
‫אַזױ האָבן די פּלשתּים גענענט אױף מלחמה אַקעגן ישׂראל; אָבער‬
‫גאָט האָט געדונערט מיט גרױס געפּילדער אין יענעם טאָג אױף די‬
‫פּלשתּים‪ ,‬און ער האָט זײ פֿאַרטומלט‪ ,‬און זײ ז ַײנען געשלאָגן‬
‫געװאָרן פֿאַר ישׂראל‪ 11 .‬און די מענער פֿון ישׂראל ז ַײנען‬
‫אַרױסגעגאַנגען פֿון ִמצ ָפּה‪ ,‬און האָבן נאָכגעיאָגט די פּלשתּים‪ ,‬און זײ‬

                                         ‫געשלאָגן ביז אונטער בית‪ָ -‬כּר‪.‬‬

‫‪ 12‬און שמואל האָט גענומען אַ שטײן‪ ,‬און האָט אים אױפֿגעשטעלט‬
‫צװישן ִמצ ָפּה און צװישן ֵשן‪ ,‬און האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען ֶאבֿן‪ֶ -‬עֶזר‪,‬‬

      ‫װאָרום ער האָט געזאָגט‪ :‬ביז דאַנען האָט אונדז גאָט געהאָלפֿן‪.‬‬

‫‪ 13‬און די פּלשתּים ז ַײנען אונטערטעניק געװאָרן‪ ,‬און זײ ז ַײנען מער‬
‫ניט געקומען אין דעם גבֿול פֿון ישׂראל‪ .‬און די האַנט פֿון גאָט איז‬
‫געװען אױף די פּלשתּים אַלע טעג פֿון שמואלן‪ 14 .‬און די שטעט‬
‫װאָס די פּלשתּים האָבן געהאַט צוגענומען פֿון ישׂראל‪ ,‬האָבן זיך‬
‫אומגעקערט צו ישׂראל‪ ,‬פֿון עקרון און ביז ַגת און זײער געמאַרק‬

            ‫האָט ישׂראל מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון די פּלשתּים‪.‬‬

     ‫און עס איז געװען שלום צװישן ישׂראל און צװישן דעם אמורי‪.‬‬

‫‪ 15‬און שמואל האָט געמשפּט ישׂראל אַלע טעג פֿון ז ַײן לעבן‪ 16 .‬און‬
‫ער פֿלעגט גײן יאָר א ַײן יאָר אױס און אַרומגײן קײן ֵבית‪ֵ -‬אל‪ ,‬און‬
‫גלגול‪ ,‬און ִמצ ָפּה‪ ,‬און משפּטן ישׂראל אין אַלע די דאָזיקע ערטער‪17 .‬‬
‫און ז ַײן צוריקקער פֿלעגט ז ַײן קײן רמה‪ ,‬װאָרום דאָרטן איז געװען‬
‫ז ַײן הױז‪ ,‬און דאָרטן האָט ער געמשפּט ישׂראל; און ער האָט דאָרטן‬

                                               ‫געבױט אַ מזבח צו גאָט‪.‬‬
   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21