Page 21 - Shmuel a
P. 21
שמוּאל א
האָט ָשאול געגעסן מיט שמואלן אין יענעם טאָג 25 .און זײ האָבן
אַראָפּגענידערט פֿון דער ָב ָמה אין שטאָט; און ער האָט גערעדט מיט
ָשאולן אױפֿן דאַך.
26און זײ ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען פֿרי; און עס איז געװען ,װי דער
פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען ,אַזױ האָט שמואל גערופֿן צו ָשאולן
אױפֿן דאַך ,אַזױ צו זאָגן :שטײ אױף ,און איך װעל דיך אַרױסבאַלײטן.
איז ָשאול אױפֿגעשטאַנען ,און זײ ז ַײנען בײדע אַרױסגעגאַנגען
דערױסן ,ער און שמואל 27 .װי זײ נידערן אַראָפּ צום עק שטאָט,
אַזױ האָט שמואל געזאָגט צו ָשאולן :זאָג דעם יונג ,ער זאָל
אַװעקגײן אונדז פֿאַרױס – און ער איז אַװעקגעגאַנגען – און דו שטײ
אַקאָרשט ,און איך װעל דיך לאָזן הערן דאָס װאָרט פֿון גאָט.
1און שמואל האָט גענומען דאָס קריגל אײל ,און אױפֿגעגאָסן
אױף ז ַײן קאָפּ; און ער האָט אים געקושט ,און האָט געזאָגט:י
פֿאַר װאָר ,גאָט האָט דיך געזאַלבט פֿאַר אַ פֿירשט איבער ז ַײן אַרב2 .
װי דו גײסט ה ַײנט אַװעק פֿון מיר ,אַזױ װעסטו אָנטרעפֿן צװײ
מענטשן לעבן ָרחלס קבֿר אין דעם געמאַרק פֿון בנימין ,אין ֶצל ַצח,
און זײ װעלן זאָגן צו דיר :די אײזעלינס װאָס דו ביסט געגאַנגען זוכן,
ז ַײנען געפֿונען געװאָרן ,און זע ,ד ַײן פֿאָטער האָט אָפּגעלאָזט די
מעשׂה מיט די אײזעלינס ,און ער דאגהט װעגן א ַײך ,אַזױ צו זאָגן:
װאָס טו איך װעגן מ ַײן זון? 3און װעסט אַװעקגײן פֿון דאָרטן
װ ַײטער ,און װעסט קומען ביז דעם אײכנבױם פֿון תּבֿור; װעלן דיך
אָנטרעפֿן דאָרטן דר ַײ מענטשן װאָס גײען אַרױף צו גאָט קײן ֵבית-
ֵאל; אײנער טראָגט דר ַײ ציקעלעך ,און אײנער טראָגט דר ַײ לאַבנס
ברױט ,און אײנער טראָגט אַ לאָגל װ ַײן 4 .און זײ װעלן דיך פֿרעגן
אױף פֿריד ,און װעלן דיר געבן צװײ ברױטן; זאָלסטו צונעמען פֿון
זײער האַנט 5 .דערנאָך װעסטו קומען צו דעם בערגל פֿון גאָט ,װאָס
דאָרטן ז ַײנען די װאַכן פֿון די פּלשתּים; און עס װעט ז ַײן ,װי דו
קומסט אַהין אין דער שטאָט ,אַזױ װעסטו באַגעגענען אַ שנור
נבֿיאים װאָס נידערן אַראָפּ פֿון דער ָב ָמה ,און זײ פֿאַרױס האַרפֿן און
פּױקן און פֿלײטן און גיטאַרן; און זײ זאָגן נבֿיאות 6 .און אױף דיר
װעט קומען דער ג ַײסט פֿון גאָט ,און װעסט נבֿיאות זאָגן מיט זײ ,און
װעסט פֿאַרקערט װערן אין אַן אַנדער מענטשן 7 .און עס װעט ז ַײן,