Page 23 - Shmuel a
P. 23
שמוּאל א
פֿון דער האַנט פֿון אַלע קיניגר ַײכן װאָס האָבן א ַײך געדריקט 19 .און
איר האָט ה ַײנט פֿאַראַכט א ַײער גאָט ,װאָס העלפֿט א ַײך פֿון אַלע
א ַײערע בײזן און א ַײערע צרות ,און איר האָט צו אים געזאָגט :נאָר
אַ מלך מוזטו מאַכן איבער אונדז .דרום שטעלט א ַײך אַצונד פֿאַר
גאָט לױט א ַײערע שבֿטים און לױט א ַײערע טױזנטן.
20און שמואל האָט געמאַכט גענענען אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל ,און
שבֿט בנימין איז פֿאַרנומען געװאָרן 21 .האָט ער געמאַכט געגענען
שבֿט בנימין לױט זײערע משפּחות .און די משפּחה פֿון די ַמטרים איז
פֿאַרנומען געװאָרן; און ָשאול דער זון פֿון קישן איז פֿאַרנומען
געװאָרן .האָבן זײ אים אַרומגעזוכט ,און ער איז ניט געפֿונען
געװאָרן 22 .האָבן זײ װידער געפֿרעגט ב ַײ גאָט :איז נאָך עמעצער
געקומען אַהער? האָט גאָט געזאָגט :אָן באַהאַלט ער זיך ב ַײ די זאַכן.
23ז ַײנען זײ געלאָפֿן ,און האָבן אים גענומען פֿון דאָרטן; און אַז ער
האָט זיך געשטעלט צװישן פֿאָלק ,איז ער געװען העכער פֿון גאַנצן
פֿאָלק פֿון ז ַײן אַקסל און אַרױף.
24האָט שמואל געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק :איר זעט דעם װאָס גאָט
האָט אים אױסדערװײלט ,אַז ז ַײן גל ַײכן איז ניטאָ אין גאַנצן פֿאָלק?
האָט געשאַלט דאָס גאַנצע פֿאָלק ,און האָט געזאָגט :לעבן זאָל דער
מלך.
25און שמואל האָט געזאָגט דעם פֿאָלק דאָס געזעץ פֿון דער מלוכה,
און פֿאַרשריבן אין אַ בוך ,און אַװעקגעלײגט פֿאַר גאָט .און שמואל
האָט אַװעקגעשיקט דאָס גאַנצע פֿאָלק ,איטלעכן צו ז ַײן הױז.
26און אױך ָשאול איז אַװעקגעגאַנגען צו ז ַײן הױז קײן ִגבֿ ָעה ,און
מיט אים ז ַײנען געגאַנגען די חיל װאָס האָבן געהאַט גאָט אין האַרצן.
27אָבער די נידערטרעכטיקע יונגען האָבן געזאָגט :װאָס װעט אונדז
העלפֿן דער דאָזיקער? און זײ האָבן אים פֿאַראַכט ,און האָבן אים
ניט געבראַכט אַ מתּנה .און ער האָט זיך געמאַכט ניט הערנדיק.
1און ָנחש פֿון עמון איז אַרױפֿגעקומען און האָט געלעגערט
אױף ָיבֿשִ -גל ָעד .האָבן אַלע מענטשן פֿון ָיבֿש געזאָגט צויא
ָנחשן :שליס אונדז אַ בונד ,און מיר װעלן דיר דינען 2 .האָט ָנחש פֿון