Page 26 - Shmuel a
P. 26

‫שמוּאל א‬

‫איז געקומען קײן מצ ַר ִים‪ ,‬האָבן א ַײערע עלטערן געשרִיען צו גאָט‪,‬‬
‫און גאָט האָט געשיקט משהן און אַהרֹנען‪ ,‬און זײ האָבן‬
‫אַרױסגעצױגן א ַײערע עלטערן פֿון מצ ַר ִים‪ ,‬און זײ באַזעצט אין דעם‬
‫דאָזיקן אָרט‪ 9 .‬אָבער זײ האָבן פֿאַרגעסן אָן יהוה זײער גאָט‪ ,‬און ער‬
‫האָט זײ איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿון סיסראָ דעם חיל‪-‬‬
‫פֿירער פֿון חצור‪ ,‬און אין דער האַנט פֿון די פּלשתּים‪ ,‬און אין דער‬
‫האַנט פֿון דעם מלך פֿון מואָבֿ‪ ,‬און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן אױף‬
‫זײ‪ 10 .‬און זײ האָבן געשר ִיען צו גאָט און האָבן געזאָגט‪ :‬מיר האָבן‬
‫געזינדיקט װאָס מיר האָבן פֿאַרלאָזן יהוה‪ ,‬און געדינט די ַב ַעל‪-‬געטער‬
‫און די עש ָתּרות‪ ,‬און אַצונד‪ ,‬ז ַײ אונדז מציל פֿון דער האַנט פֿון‬
‫אונדזערע פֿ ַײנט‪ ,‬און מיר װעלן דיר דינען‪ 11 .‬האָט גאָט געשיקט‬
‫ירובעלן‪ ,‬און ב ָדנען‪ ,‬און יפֿתּחן‪ ,‬און שמואלן‪ ,‬און ער האָט א ַײך מציל‬
‫געװען פֿון א ַײערע פֿ ַײנט פֿון רונד אַרום‪ ,‬און איר ז ַײט געזעסן אין‬
‫זיכערקײט‪ 12 .‬און װי איר האָט געזען אַז ָנחש דער מלך פֿון די‬
‫קינדער פֿון עמון איז געקומען אױף א ַײך‪ ,‬אַזױ האָט איר צו מיר‬
‫געזאָגט‪ :‬נײן‪ ,‬נ ַײערט אַ מלך מוז קיניגן איבער אונדז; בעת יהוה‬
‫א ַײער גאָט איז א ַײער מלך‪ 13 .‬און אַצונד‪ ,‬אָט איז דער מלך װאָס‬
‫איר האָט אױסדערװײלט‪ ,‬װאָס איר האָט פֿאַרלאַנגט‪ ,‬און אָט האָט‬
‫גאָט געגעבן איבער א ַײך אַ מלך‪ 14 .‬אױב איר װעט מורא האָבן פֿאַר‬
‫גאָט‪ ,‬און איר װעט אים דינען‪ ,‬און װעט צוהערן צו ז ַײן ָקול‪ ,‬און‬
‫װעט ניט װידערשפּעניקן דעם מױל פֿון גאָט‪ ,‬און אי איר‪ ,‬אי דער‬
‫מלך װאָס קיניגט איבער א ַײך‪ ,‬װעט גײן נאָך יהוה א ַײער גאָט; – ‪15‬‬
‫אױב אָבער איר װעט ניט צוהערן צו דעם ָקול פֿון גאָט‪ ,‬און איר‬
‫װעט װידערשפּעניקן דעם מױל פֿון גאָט‪ ,‬װעט די האַנט פֿון גאָט ז ַײן‬
‫אַקעגן א ַײך אַזױ װי אַקעגן א ַײערע עלטערן‪ 16 .‬און אַצונד שטײט און‬
‫זעט די דאָזיקע גרױסע זאַך װאָס גאָט טוט פֿאַר א ַײערע אױגן‪17 .‬‬
‫ה ַײנט איז דאָך װײצשניט‪ ,‬װעל איך רופֿן צו גאָט‪ ,‬און ער װעט געבן‬
‫דונערן און רעגן‪ ,‬און װײסט און זעט אַז גרױס איז א ַײער בײז װאָס‬

   ‫איר האָט געטאָן אין די אױגן פֿון גאָט‪ ,‬א ַײך צו פֿאַרלאַנגען אַ מלך‪.‬‬

‫‪ 18‬און שמואל האָט גערופֿן צו גאָט‪ ,‬און גאָט האָט געגעבן דונערן‬
‫און רעגן אין יענעם טאָג‪ ,‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זײער מורא‬
‫געהאַט פֿאַר גאָט און פֿאַר שמואלן‪ 19 .‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט‬
‫געזאָגט צו שמואלן‪ :‬ז ַײ מתפּלל פֿאַר ד ַײנע קנעכט צו יהוה ד ַײן גאָט‬
‫אַז מיר זאָלן ניט שטאַרבן‪ ,‬װ ַײל מיר האָבן צו אַלע אונדזערע זינד‬
‫נאָך צוגעלײגט דאָס בײז‪ ,‬אונדז צו פֿאַרלאַנגען אַ מלך‪ 20 .‬האָט‬
   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31