Page 29 - Shmuel a
P. 29

‫שמוּאל א‬

‫פֿאַרקערט אױפֿן װעג פֿון בית‪-‬חוֹרון‪ ,‬און אײן מחנה האָט זיך‬
‫פֿאַרקערט אױפֿן װעג פֿון געמאַרק‪ ,‬װאָס קוקט אַרױס אױפֿן טאָל‬

                                                ‫צבֿוֹעים‪ ,‬צום מדבר צו‪.‬‬

‫‪ 19‬און אַ שמיד האָט זיך ניט געפֿונען אין גאַנצן לאַנד ישׂראל‪,‬‬
‫װאָרום די פּלשתּים האָבן געזאָגט‪ :‬טאָמער װעלן די ִעבֿרים מאַכן אַ‬
‫שװערד אָדער אַ שפּיז‪ 20 .‬און גאַנץ ישׂראל האָבן גענידערט צו די‬
‫פּלשתּים צו שאַרפֿן איטלעכער ז ַײן אַקערא ַײזן‪ ,‬און ז ַײן גראָבא ַײזן‪,‬‬
‫און ז ַײן האַק‪ ,‬און ז ַײן רידל‪ 21 .‬און פֿאַרן אָנפֿ ַײלן איז געװען אַ פּים‪,‬‬
‫פֿאַר די רידלען‪ ,‬און פֿאַר די גראָבא ַײזנס‪ ,‬און פֿאַרן דר ַײשפּיץ‪ ,‬און‬
‫פֿאַר די העק; דאָס גל ַײכן פֿאַר אָנשטעלן דעם טר ַײבשטעכער‪22 .‬‬
‫אַזױ איז געשען‪ ,‬אַז אין טאָג פֿון מלחמה האָט זיך ניט געפֿונען אַ‬
‫שװערד אָדער אַ שפּיז אין דער האַנט פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס‬
‫מיט ָשאולן און מיט יוָנתנען; נאָר ב ַײ ָשאולן און ב ַײ יוָנתן ז ַײן זון‬

                                                      ‫האָט זיך געפֿונען‪.‬‬

‫‪ 23‬און די װאַך פֿון די פּלשתּים איז אַרױסגעגאַנגען צום איבערפֿאָר‬
                                                             ‫פֿון ִמכ ָמש‪.‬‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען אײן טאָג‪ ,‬האָט יוָנתן דער זון פֿון ָשאולן‬

‫געזאָגט צו דעם יונג‪ ,‬ז ַײן װאַפֿנטרעגער‪ :‬קום און לאָמיריד‬

‫אַריבערגײן צו דער װאַך פֿון די פּלשתּים װאָס אױף יענער ז ַײט; און‬
‫ז ַײן פֿאָטער האָט ער ניט געזאָגט‪ 2 .‬און ָשאול איז געזעסן אין עק‬
‫ִגבֿ ָעה אונטער דעם מילגרױמבױם װאָס אין ִמגרון; און דאָס פֿאָלק‬
‫װאָס מיט אים איז געװען אַרום זעקס הונדערט מאַן‪ 3 .‬און אַ ִחיה‬
‫דער זון פֿון אַחיטובֿ דעם ברודער פֿון אי‪-‬כּבֿוד‪ ,‬דעם זון פֿון פּינחס‪,‬‬
‫דעם זון פֿון עלי דעם כּהן פֿון גאָט אין שילו‪ ,‬האָט געטראָגן‬
‫דעם אפֿוד‪ .‬און דאָס פֿאָלק האָט ניט געװוּסט אַז יוָנתן איז‬

                                                        ‫אַװעקגעגאַנגען‪.‬‬

‫‪ 4‬און צװישן די איבערפֿאָרן װאָס יוָנתן האָט געװאָלט אַריבערגײן צו‬
‫דער װאַך פֿון די פּלשתּים‪ ,‬איז געװען אַ שפּיץ פֿעלדז פֿון דער ז ַײט‬
‫און אַ שפּיץ פֿעלדז פֿון דער אַנדער ז ַײט‪ ,‬און דער נאָמען פֿון אײנעם‬
‫איז געװען בוֹ ֵצץ‪ ,‬און דער נאָמען פֿון אַנדערן ֶסֶנה‪ 5 .‬אײן שפּיץ‬
   24   25   26   27   28   29   30   31   32   33   34