Page 30 - Shmuel a
P. 30

‫שמוּאל א‬

‫אױפֿגעשטעלט פֿון צפֿון אַקעגן ִמכ ָמש‪ ,‬און אײנער פֿון ָדרום אַקעגן‬
                                                                    ‫ֶגבֿע‪.‬‬

‫‪ 6‬און יהונתן האָט געזאָגט צו דעם יונג‪ ,‬ז ַײן װאַפֿנטרעגער‪ :‬קום און‬
‫לאָמיר אַריבערגײן צו דער װאַך פֿון די דאָזיקע אומבאַשניטענע‪.‬‬
‫אפֿשר װעט גאָט טאָן פֿאַר אונדז; װאָרום ב ַײ גאָט איז קײן אָפּהאַלט‬
‫ניטאָ צו העלפֿן מיט פֿיל ]מענטשן[ אָדער מיט װינציק‪ 7 .‬האָט ז ַײן‬
‫װאַפֿנטרעגער צו אים געזאָגט‪ :‬טו אַלץ װאָס אין ד ַײן האַרצן;‬
‫פֿאַרקער זיך; זע‪ ,‬איך בין מיט דיר װי נאָך ד ַײן האַרצן‪ 8 .‬האָט יוָנתן‬
‫געזאָגט‪ :‬אָט גײען מיר אַריבער צו די מענטשן‪ ,‬און מיר װעלן זיך‬
‫באַװ ַײזן צו זײ; ‪ 9‬אױב זײ װעלן זאָגן צו אונדז אַזױ‪ :‬האַרט אױס ביז‬
‫מיר קומען‪-‬צו צו א ַײך‪ ,‬װעלן מיר שטײן אױף אונדזער אָרט‪ ,‬און‬
‫װעלן ניט אַרױפֿגײן צו זײ; ‪ 10‬אױב אָבער זײ װעלן זאָגן אַזױ‪ :‬קומט‬
‫אַרױף צו אונדז‪ ,‬װעלן מיר אַרױפֿגײן‪ ,‬װאָרום גאָט האָט זײ געגעבן‬

              ‫אין אונדזער האַנט‪ .‬און דאָס װעט אונדז ז ַײן דער צײכן‪.‬‬

‫‪ 11‬האָבן זײ זיך בײדע באַװיזן צו דער װאַך פֿון די פּלשתּים‪ ,‬און די‬
‫פּלשתּים האָבן געזאָגט‪ :‬אָן קומען די ִעבֿרים אַרױס פֿון די לעכער‬
‫װאָס זײ האָבן זיך דאָרטן באַהאַלטן‪ 12 .‬און די מענטשן פֿון דער װאַך‬
‫האָבן זיך אָפּגערופֿן צו יוָנתן און ז ַײן װאַפֿנטרעגער‪ ,‬און האָבן‬
‫געזאָגט‪ :‬קומט אַרױף צו אונדז‪ ,‬און מיר װעלן א ַײך עפּעס צו װיסן‬
‫טאָן‪ .‬האָט יוָנתן געזאָגט צו ז ַײן װאַפֿנטרעגער‪ :‬קום אַרױף נאָך מיר‪,‬‬

              ‫װאָרום גאָט האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 13‬און יוָנתן האָט אַרױפֿגעקלעטערט אױף ז ַײנע הענט און אױף ז ַײנע‬
‫פֿיס‪ ,‬און ז ַײן װאַפֿנטרעגער נאָך אים‪ .‬און זײ ז ַײנען געפֿאַלן פֿאַר‬
‫יוָנתנען‪ ,‬און ז ַײן װאַפֿנטרעגער האָט געטײט הינטער אים‪ 14 .‬און‬
‫דער ערשטער שלאַק װאָס יוָנתן און ז ַײן װאַפֿנטרעגער האָבן‬
‫געשלאָגן‪ ,‬איז געװען אַרום צװאַנטיק מאַן‪ ,‬אין אַרום אַ האַלבער‬
‫בײט פֿון אַן אַקער פֿעלד‪ 15 .‬איז געװאָרן אַ ציטערניש אין לאַגער‬
‫אױפֿן פֿעלד‪ ,‬און צװישן גאַנצן פֿאָלק; די װאַך און די פֿאַרװיסטער‪,‬‬
‫אַפֿילו זײ האָבן געציטערט; און די ערד האָט זיך געטרײסלט‪ ,‬און עס‬

                                      ‫איז געװאָרן אַ גאָטס ציטערניש‪.‬‬

‫‪ 16‬און די װעכטער פֿון ָשאולן אין גבֿעת‪-‬בנימין האָבן אַ קוק געטאָן‪,‬‬
‫ערשט די מחנה צעקריכט און גײט אַהין און אַהער‪ 17 .‬האָט ָשאול‬
   25   26   27   28   29   30   31   32   33   34   35