Page 34 - Shmuel a
P. 34
שמוּאל א
עלטערערֵ ,מ ַרבֿ ,און דער נאָמען פֿון דער קלענערער ִמיכל 50 .און
דער נאָמען פֿון שאָולס װ ַײב איז געװען אַחינוֹעם די טאָכטער פֿון
אַחי ַמ ַעצן; און דער נאָמען פֿון ז ַײן חיל-פֿירער אַבֿיֵנר דער זון פֿון ֵנר,
שאָולס פֿעטער 51 .אי קיש דער פֿאָטער פֿון ָשאולן ,אי ֵנר דער
פֿאָטער פֿון אַבֿנרן ,איז געװען אַ זון פֿון אַבֿי ֵאלן.
52און די מלחמה אױף די פּלשתּים איז געװען שטאַרק אַלע טעג פֿון
ָשאולן .און װי ָשאול פֿלעגט זען עמעץ אַ מאַן אַ ִגבור ,אָדער עמעץ
אַ העלדישן יונג ,אַזױ האָט ער אים צוגענומען צו זיך.
1און שמואל האָט געזאָגט צו ָשאולן :מיך האָט גאָט
געשיקט דיך צו זאַלבן פֿאַר אַ מלך איבער ז ַײן פֿאָלק איבערטו
ישׂראל; דרום הער אַצונד צו דעם ָקול פֿון די װערטער פֿון גאָט2 .
אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבֿאות .איך געדענק װאָס ַע ָמלק האָט
געטאָן צו ישׂראל ,װי ער האָט זיך אים געשטעלט אין װעג ב ַײ ז ַײן
אַרױפֿגײן פֿון מצ ַר ִים 3 .אַצונד גײ און זאָלסט שלאָגן ַע ָמלק; און איר
זאָלט פֿאַרװיסטן אַלץ װאָס ער האָט ,און זאָלסט זיך ניט
דערבאַרימען אױף אים ,און זאָלסט טײטן פֿון אַ מאַן ביז אַ פֿרױ ,פֿון
אַ קינד ביז אַ זױגעדיקן ,פֿון אַן אָקס ביז אַ שעפּס ,פֿון אַ קעמל ביז
אַן אײזל.
4האָט ָשאול צונױפֿגערופֿן דאָס פֿאָלק ,און ער האָט זײ
איבערגעצײלט אין ט ָלאים ,צװײ הונדערט טױזנט פֿוסגײער ,און
צען טױזנט מאַן פֿון יהוּדה 5 .און ָשאול איז געקומען צו דער שטאָט
פֿון ַע ָמלק ,און ער האָט מלחמה געהאַלטן אין טאָל 6 .און ָשאול
האָט געזאָגט צום ֵקיני :קומט גײט אַװעק ,נידערט אַראָפּ פֿון צװישן
ַע ָמלק ,כּדי איך זאָל דיך ניט אומברענגען מיט אים; און דו האָסט
דאָך געטאָן ֶחסד מיט אַלע קינדער פֿון ישׂראל ב ַײ זײער אַרױפֿגײן פֿון
מצ ַר ִים .האָט דער ֵקיני אָפּגעטרעטן פֿון צװישן ַע ָמלק.
7און ָשאול האָט געשלאָגן ַע ָמלק פֿון ַח ִוי ֶלה װי דו קומסט קײן שור
װאָס פֿאַר מצ ַר ִים 8 .און ער האָט געכאַפּט אַָגג דעם מלך פֿון ַע ָמלק
אַ לעבעדיקן ,און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט ער פֿאַרװיסט מיטן שאַרף
פֿון שװערד 9 .אָבער ָשאול און דאָס פֿאָלק האָבן געשלאָגן אַָגגן ,און
די בעסטע פֿון די שאָף און די רינדער – די צװײטגעבאָרענע ,און די