Page 39 - Shmuel a
P. 39

‫שמוּאל א‬

‫‪ 19‬האָט ָשאול געשיקט שלוחים צו ִי ַשין‪ ,‬און אָנגעזאָגט‪ :‬שיק צו מיר‬
‫ד ַײן זון ָד ִודן װאָס ב ַײ די שאָף‪ 20 .‬האָט ִי ַשי גענומען אַן אײזל מיט‬
‫ברױט און אַ לאָגל װ ַײן‪ ,‬און אײן ציגנבעקל‪ ,‬און געשיקט דורך דער‬
‫האַנט פֿון ז ַײן זון ָד ִודן צו ָשאולן‪ 21 .‬און דוד איז געקומען צו ָשאולן‪,‬‬
‫און איז געשטאַנען פֿאַר אים; און ער האָט אים זײער ליב געקריגן‪,‬‬
‫און ער איז אים געװאָרן אַ װאַפֿנטרעגער‪ 22 .‬און ָשאול האָט‬
‫געשיקט צו ִי ַשין‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זאָל‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬דוד שטײן פֿאַר‬

                    ‫מיר‪ ,‬װאָרום ער האָט געפֿונען חן אין מ ַײנע אױגן‪.‬‬

‫‪ 23‬און עס איז געװען‪ ,‬װי דער ]בײזער[ ג ַײסט פֿון גאָט איז געװען‬
‫אױף ָשאולן‪ ,‬אַזױ פֿלעגט דוד נעמען די האַרף און שפּילן מיט ז ַײן‬
‫האַנט‪ ,‬און ָשאולן פֿלעגט אָפּגײן‪ ,‬און אים פֿלעגט בעסער װערן‪ ,‬און‬

                        ‫דער בײזער ג ַײסט פֿלעגט זיך אָפּטאָן פֿון אים‪.‬‬

‫‪ 1‬און די פּלשתּים האָבן א ַײנגעזאַמלט זײערע מחנות אױף‬

‫מלחמה‪ .‬און זײ האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט אין שׂוֹכוֹ װאָסיז‬

‫געהערט צו יהוּדה‪ ,‬און האָבן געלאַגערט צװישן שׂוֹכוֹ און צװישן‬
                                                  ‫ַעֵז ָקה אין ֶאפֿס‪ַ -‬דמים‪.‬‬

‫‪ 2‬און ָשאול און די מענער פֿון ישׂראל האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט און‬
‫האָבן געלאַגערט אין טאָל ֵא ָלה; און זײ האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה‬
‫אַקעגן די פּלשתּים‪ 3 .‬און די פּלשתּים ז ַײנען געשטאַנען אױפֿן באַרג‬
‫פֿון דער ז ַײט‪ ,‬און די ישׂראל ז ַײנען געשטאַנען אױפֿן באַרג פֿון דער‬
‫אַנדער ז ַײט‪ ,‬מיט דעם טאָל צװישן זײ‪ 4 .‬איז אַרױסגעגאַנגען דער‬
‫צװישנמאַן פֿון דעם לאַגער פֿון די פּלשתּים מיטן נאָמען ָגלַית פֿון‬
‫ַגת‪ ,‬װאָס ז ַײן הײך איז געװען זעקס אײלן און אַ שפּאַן‪ 5 .‬און אַ‬
‫קופּערנער קיװער איז געװען אױף ז ַײן קאָפּ‪ ,‬און אין אַ פּאַנצער פֿון‬
‫שופּן איז ער געװען אָנגעטאָן‪ ,‬און די װאָג פֿון דעם פּאַנצער איז‬
‫געװען פֿינף טױזנט שקל קופּער‪ 6 .‬און קופּערנע בלעכן ז ַײנען געװען‬
‫אױף ז ַײנע פֿיס‪ ,‬און אַ קופּערנע פּיקע צװישן ז ַײנע אַקסלען‪ 7 .‬און‬
‫דער האָלץ פֿון ז ַײן שפּיז איז געװען װי דער שטאַנג פֿון אַ װעבער‪,‬‬
‫און דער קלינג פֿון ז ַײן שפּיז איז געװען זעקס הונדערט שקל א ַײזן‪.‬‬

                    ‫און דער שילדטרעגער איז געגאַנגען אים פֿאַרױס‪.‬‬
   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44