Page 43 - Shmuel a
P. 43
שמוּאל א
צוגעװױנט .האָט דוד געזאָגט צו ָשאולן :איך קען ניט גײן אין די
דאָזיקע ,װ ַײל איך בין ניט צוגעװױנט .און דוד האָט זײ אױסגעטאָן
פֿון זיך 40 .און ער האָט גענומען ז ַײן שטעקן אין ז ַײן האַנט ,און האָט
זיך אױסגעקליבן פֿינף גלאַטע שטײנער פֿון דעם באַך ,און
אַר ַײנגעטאָן אין דעם פּאַסטוכזעקל װאָס ער האָט געהאַט ,אין דעם
ב ַײטל; און ז ַײן שלײדערער איז געװען אין ז ַײן האַנט; און ער האָט
גענענט צו דעם פּ ִלשתּי.
41און דער פּ ִלשתּי איז געגאַנגען אַלץ נענטער צו ָד ִודן און דער מאַן
װאָס טראָגט דעם שילד ,אים פֿאַרױס 42 .און דער פּ ִלשתּי האָט אַ
קוק געטאָן און האָט דערזען ָד ִודן ,און האָט אים פֿאַראַכט ,װאָרום
ער איז געװען אַ י ִינגל ,און גערױטלט ,אױך שײן אױפֿן פּנים 43 .און
דער פּ ִלשתּי האָט געזאָגט צו ָד ִודן :צי אַ הונט בין איך ,װאָס דו
קומסט צו מיר מיט שטעקנס? און דער פּ ִלשתּי האָט געשאָלטן ָד ִודן
ב ַײ ז ַײן גאָט 44 .און דער פּ ִלשתּי האָט געזאָגט צו ָד ִודן :קום צו מיר,
און איך װעל געבן ד ַײן פֿלײש צום פֿױגל פֿון הימל און צו דער חיה
פֿון פֿעלד 45 .האָט דוד געזאָגט צו דעם פּ ִלשתּי :דו קומסט צו מיר
מיט אַ שװערד און מיט אַ שפּיז און מיט אַ פּיקע ,און איך קום צו
דיר אין דעם נאָמען פֿון יהוה פֿון צבֿאות ,דעם גאָט פֿון די רײען פֿון
ישׂראל װאָס דו האָסט געלעסטערט 46 .ה ַײנטיקן טאָג װעט דיך יהוה
איבערענטפֿערן און איך װעל דיך דערשלאָגן ,און װעל אַראָפּנעמען
ד ַײן קאָפּ פֿון דיר; און איך װעל געבן די פּגרים פֿון דער מחנה פֿון די
פּלשתּים ה ַײנטיקן טאָג צום פֿױגל פֿון הימל און צו דער חיה פֿון דער
ערד; און די גאַנצע ערד װעט װיסן ,אַז פֿאַראַן אַ גאָט ב ַײ ישׂראל47 .
און די דאָזיקע גאַנצע א ַײנזאַמלונג װעט װיסן אַז ניט מיט אַ שװערד
און מיט אַ שפּיז העלפֿט יהוה; װאָרום די מלחמה איז יהיהס ,און ער
װעט א ַײך געבן אין אונדזער האַנט.
48און עס איז געװען ,װי דער פּ ִלשתּי איז אױפֿגעשטאַנען און איז
געגאַנגען און האָט גענענט אַנטקעגן ָד ִודן ,אַזױ האָט דוד געא ַײלט,
און איז געלאָפֿן צום שלאַכטפֿעלד אַנטקעגן דעם פּ ִלשתּי 49 .און דוד
האָט אַר ַײנגעשטעקט ז ַײן האַנט אין זעקל ,און האָט אַרױסגענומען
פֿון דאָרטן אַ שטײן ,און אַ של ַײדער געטאָן ,און געטראָפֿן דעם
פּ ִלשתּי אין ז ַײן שטערן .און דער שטײן איז אַר ַײנגעזונקען אין ז ַײן
שטערן ,און ער איז געפֿאַלן אױף ז ַײן פּנים צו דער ערד.