Page 47 - Shmuel a
P. 47

‫שמוּאל א‬

‫‪ 24‬האָבן די קנעכט פֿון ָשאולן אים דערצײלט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַזױ װי‬
‫די דאָזיקע װערטער האָט דוד גערעדט‪ 25 .‬האָט ָשאול געזאָגט‪ :‬אַזױ‬
‫זאָלט איר זאָגן צו ָד ִודן‪ :‬דער מלך װיל ניט קײן נדן‪ ,‬נ ַײערט הונדערט‬
‫פֿאָרהױטן פֿון די פּלשתּים‪ ,‬זיך נוקם צו ז ַײן אָן דעם מלכס פֿ ַײנט‪ .‬און‬
‫ָשאול האָט גערעכנט צו מאַכן פֿאַלן ָד ִודן דורך דער האַנט פֿון די‬

                                                               ‫פּלשתּים‪.‬‬

‫‪ 26‬האָבן ז ַײנע קנעכט דערצײלט ָד ִודן די דאָזיקע װערטער‪ ,‬און די‬
‫זאַך איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון ָד ִודן‪ ,‬צו װערן דעם מלכס‬
‫אײדעם‪ .‬און די טעג ז ַײנען נאָך צו מאָל ניט דערפֿילט געװאָרן‪27 ,‬‬
‫איז דוד אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעקגעגאַנגען‪ ,‬ער מיט ז ַײנע‬
‫מענטשן‪ ,‬און ער האָט געשלאָגן פֿון די פּלשתּים צװײ הונדערט מאַן‪.‬‬
‫און דוד האָט געבראַכט זײערע פֿאָרהױטן‪ ,‬און מע האָט זײ‬
‫איבערגעגעבן פֿאַרפֿול צום מלך‪ ,‬כּדי ער זאָל װערן דעם מלכס‬
‫אײדעם‪ .‬און ָשאול האָט אים געגעבן ז ַײן טאָכטער מיכלען פֿאַר אַ‬

                                                                   ‫װ ַײב‪.‬‬

‫‪ 28‬און ָשאול האָט געזען און פֿאַרשטאַנען אַז גאָט איז מיט ָד ִודן‪ .‬און‬
‫ִמיכל די טאָכטער פֿון ָשאולן האָט אים ליב געהאַט‪ 29 .‬און ָשאול‬
‫האָט נאָך מער מורא געקריגן פֿאַר ָד ִודן‪ .‬און ָשאול איז געװען ָד ִודן אַ‬

                                                        ‫שׂונא אַלע טעג‪.‬‬

‫‪ 30‬און די האַרן פֿון די פּלשתּים פֿלעגן אַרױסגײן; און עס איז געװען‪,‬‬
‫װען נאָר זײ ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬האָט דוד באַגליקט מער פֿון אַלע‬

          ‫קנעכט פֿון ָשאולן‪ ,‬און ז ַײן נאָמען איז געװען זײער געאַכט‪.‬‬

‫‪ 1‬און ָשאול האָט גערעדט צו יוָנתן ז ַײן זון און צו אַלע‬

‫קנעכט‪ ,‬צו טײטן ָד ִודן; אָבער יהוָֹנ ָתן דער זון פֿון ָשאולן האָטיט‬

‫זײער געגאַרט ָד ִודן‪ 2 .‬און יהוָֹנ ָתן האָט דערצײלט ָד ִודן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫מ ַײן פֿאָטער ָשאול זוכט דיך צו טײטן‪ .‬און אַצונד‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬ז ַײ‬
‫אָפּגעהיט אין דער פֿרי‪ ,‬און זאָלסט זיצן אין פֿאַרבאָרגעניש און זיך‬
‫באַהאַלטן‪ 3 .‬און איך װעל אַרױסגײן‪ ,‬און װעל שטײן לעבן מ ַײן‬
‫פֿאָטער אױף דעם פֿעלד װאָס דו ביסט דאָרטן‪ .‬און איך װעל רעדן‬
‫װעגן דיר צו מ ַײן פֿאָטער‪ ,‬און אַז איך װעל װאָס מערקן‪ ,‬װעל איך‬

                                                               ‫דיר זאָגן‪.‬‬
   42   43   44   45   46   47   48   49   50   51   52