Page 51 - Shmuel a
P. 51
שמוּאל א
ז ַײנען זײ בײדע אַרױסגעגאַנגען אין פֿעלד 12 .און יהונתן האָט
געזאָגט צו ָד ִודן :ב ַײ יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל! אַז איך װעל
אױספֿאָרשן מ ַײן פֿאָטער מאָרגן אָדער איבער מאָרגן אין דער צ ַײט,
ערשט ער איז גוט צו ָד ִודן ,צי װעל איך דענצמאָל ניט שיקן צו דיר,
און אַנטפּלעקן ד ַײן אױער? 13זאָל גאָט טאָן צו יהונתנען אַזױ און
נאָך מער! אױב מ ַײן פֿאָטער װעט װױל געפֿעלן צו ברענגען אױף דיר
שלעכט ,װעל איך אַנטפּלעקן ד ַײן אױער און װעל דוד אַװעקשיקן,
און װעסט גײן בשלום ,און גאָט װעט ז ַײן מיט דיר אַזױ װי ער איז
געװען מיט מ ַײן פֿאָטער 14 .און ניט נאָר װען איך לעב נאָך – ניט
נאָר זאָלסטו טאָן מיט מיר אַ גאָטס ֶחסד ,אַז איך זאָל ניט שטאַרבן;
15נ ַײערט זאָלסט ניט אָפּשנ ַײדן ד ַײן ֶחסד פֿון מ ַײן הױז ביז אײביק;
ניט צו מאָל װען גאָט װעט פֿאַרשנ ַײדן ָד ִודס פֿ ַײנט ביז אײנעם פֿון
דעם געזיכט פֿון דער ערד.
16און יהונתן האָט געשלאָסן אַ בונד מיט דעם הױז פֿון ָד ִודן :זאָל
גאָט אױפֿמאָנען פֿון דער האַנט פֿון ָד ִודס פֿ ַײנט! 17און יהונתן האָט
װידער באַשװאָרן ָד ִודן ב ַײ ז ַײן ליבשאַפֿט צו אים ,װאָרום ליב װי ז ַײן
זעל האָט ער אים ליב געהאַט 18 .און יהונתן האָט צו אים געזאָגט:
מאָרגן איז רֹאש-חוֹדש ,און דו װעסט פֿעלן ,װ ַײל ד ַײן זיץ װעט ז ַײן
לײדיק 19 .זאָלסטו איבער מאָרגן טיף אַראָפּנידערן ,און קומען צו
דעם אָרט װאָס דו האָסט זיך דאָרטן פֿאַרבאָרגן אין דעם װאָכעדיקן
טאָג ,און זיצן לעבן דעם שטײן ֶאֶזל 20 .און איך װעל װאַרפֿן דר ַײ
פֿ ַײלן אָן אַ ז ַײט ,אַזױ װי איך װאָלט שיסן אין אַ ציל 21 .און זע ,איך
װעל שיקן דעם י ִינגל :גײ ,געפֿין די פֿ ַײלן .אױב זאָגן װעל איך זאָגן
צום י ִינגל :״אָן ז ַײנען די פֿ ַײלן אַהער צו צו פֿון דיר ,נעם עס״ ,טאָ
קום ,װאָרום פֿריד איז צו דיר ,און עס איז גאָרנישט ,אַזױ װי גאָט
לעבט! 22אױב אָבער איך װעל אַזױ זאָגן צום יונג :״אָן ז ַײנען די
פֿ ַײלן אַהין צו פֿון דיר״ ,גײ אַװעק ,װאָרום גאָט שיקט דיך אַװעק23 .
און װעגן דער זאַך װאָס מיר האָבן גערעדט ,איך און דו ,אָט איז גאָט
]אַן עדות[ צװישן מיר און צװישן דיר אױף אײביק.
24האָט דוד זיך באַהאַלטן אין פֿעלד; און אַז עס איז געװען רֹאש-
חוֹדש ,האָט דער מלך זיך געזעצט צום מאָלצ ַײט עסן 25 .און דער
מלך איז געזעסן אױף ז ַײן זיץ אַזױ װי אַלע מאָל ,אױף דעם זיץ ב ַײ
דער װאַנט; און יהונתן איז געשטאַנען ,און אַבֿנר איז געזעסן ב ַײם
ז ַײט פֿון ָשאולן; און ָד ִודס אָרט איז געװען לײדיק 26 .און ָשאול האָט