Page 55 - Shmuel a
P. 55

‫שמוּאל א‬

‫רינען ז ַײן שפּ ַײעכץ אױף ז ַײן באָרד‪ 15 .‬האָט אָכיש געזאָגט צו ז ַײנע‬
‫קנעכט‪ :‬אַז איר זעט אַ מענטש איז משוגע‪ ,‬נאָך װאָס ברענגט איר‬
‫אים צו מיר? ‪ 16‬צי פֿעלן מיר משוָּגעים‪ ,‬װאָס איר האָט מיר‬
‫געבראַכט דעם דאָזיקן צו ז ַײן משוגע ב ַײ מיר? זאָל דער דאָזיקער‬

                                                  ‫קומען אין מ ַײן הױז?‬

‫‪ 1‬און דוד איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן‪ ,‬און איז אַנטרונען‬

‫געװאָרן צו דער הײל פֿון ַעדוּ ֶלם‪ .‬האָבן דערהערט ז ַײנעכב‬

‫ברידער און דאָס גאַנצע הױז פֿון ז ַײן פֿאָטער‪ ,‬און זײ האָבן‬
                                         ‫אַראָפּגענידערט אַהין צו אים‪.‬‬

‫‪ 2‬און עס האָבן זיך אױפֿגעקליבן צו אים װוּ נאָר אַ מענטש אַ‬
‫געדריקטער‪ ,‬און װוּ נאָר אַ מענטש װאָס האָט אַ בעל‪-‬חובֿ‪ ,‬און װוּ‬
‫נאָר אַ מענטש מיט אַ ביטער געמיט; און ער איז געװאָרן פֿאַר אַ‬
‫הױפּטמאַן איבער זײ‪ .‬און עס ז ַײנען געװען מיט אים אַרום פֿיר‬

                                                         ‫הונדערט מאַן‪.‬‬

‫‪ 3‬און דוד איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן קײן ִמצ ֵפּה‪-‬מואָבֿ‪ ,‬און ער‬
‫האָט געזאָגט צום מלך פֿון מואָבֿ‪ :‬זאָל‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬אַרױסקומען‬
‫מ ַײן פֿאָטער און מ ַײן מוטער צו ז ַײן ב ַײ א ַײך ביז װאַנען איך װעל‬

                                   ‫װיסן װאָס גאָט װעט טאָן מיט מיר‪.‬‬

‫‪ 4‬און ער האָט זײ געבראַכט צו פֿירן פֿאַר דעם מלך פֿון מואָבֿ‪ ,‬און זײ‬
‫ז ַײנען געזעסן ב ַײ אים אַלע טעג װאָס דוד איז געװען אין דער‬

                                                         ‫באַרגפֿעסטונג‪.‬‬

‫‪ 5‬און ָגד דער נבֿיא האָט געזאָגט צו ָד ִודן‪ :‬זאָלסט ניט זיצן אין דער‬
‫באַרגפֿעסטונג; קום‪ ,‬און זאָלסט גײן אין לאַנד יהוּדה‪ .‬איז דוד‬

                       ‫געגאַנגען און ער איז געקומען אין װאַלד ֶח ֶרשׂ‪.‬‬

‫‪ 6‬האָט געהערט ָשאול‪ ,‬אַז דוד און די מענטשן װאָס מיט אים ז ַײנען‬
‫אױסגעפֿונען געװאָרן; און ָשאול איז געזעסן אין ִגבֿ ָעה‪ ,‬אונטער דעם‬
‫טאַמאַריסקנבױם אין רמה‪ ,‬מיט ז ַײן שפּיז אין ז ַײן האַנט; און אַלע‬
‫ז ַײנע קנעכט ז ַײנען געשטאַנען לעבן אים‪ 7 .‬האָט ָשאול געזאָגט צו‬
‫ז ַײנע קנעכט װאָס ז ַײנען געשטאַנען אַרום אים‪ :‬הערט אַקאָרשט‪,‬‬
   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59   60