Page 57 - Shmuel a
P. 57
שמוּאל א
פֿון מלך האָבן ניט געװאָלט אױסשטרעקן זײער האַנט אָנצופֿאַלן
אױף די כּהנים פֿון גאָט 18 .האָט דער מלך געזאָגט צו דוֹ ֵאגן :דרײ זיך
דו אום ,און פֿאַל-צו אױף די כּהנים .האָט דוֹ ֵאג דער אַדוֹמי זיך
אומגעדרײט ,און ער איז אָנגעפֿאַלן אױף די כּהנים ,און האָט געטײט
אין יענעם טאָג פֿינף און אַכציק מאַן װאָס האָבן געטראָגן אַ
לײנענעם אפֿוד.
19און נוֹבֿ די שטאָט פֿון די כּהנים האָט ער געשלאָגן מיטן שאַרף
פֿון שװערד ,פֿון אַ מאַן און ביז אַ פֿרױ ,פֿון אַ קינד און ביז אַ
זױגעדיקן ,און אַן אָקס און אַן אײזל און אַ שעפּס ,מיטן שאַרף פֿון
שװערד.
20און אײן זון פֿון אַחי ֶמ ֶלך דעם זון פֿון אַחיטובֿן ,װאָס ז ַײן נאָמען
איז געװען אבֿיתר ,איז אַנטרונען געװאָרן ,און איז אַנטלאָפֿן נאָך
ָד ִודן 21 .און אבֿיתר האָט דערצײלט ָד ִודן ,אַז ָשאול האָט געהרגעט
די כּהנים פֿון גאָט 22 .האָט דוד געזאָגט צו אבֿיתרן :איך האָב
געװוּסט אין יענעם טאָג ,אױב דוֹ ֵאג דער אַדוֹמי איז דאָרטן ,אַז
דערצײלן װעט ער דערצײלן ָשאולן .איך בין געװען די סיבה אין דעם
טױט פֿון אַלע נפֿשות פֿון ד ַײן פֿאָטערס הױז 23 .זיץ ב ַײ מיר ,זאָלסט
ניט מורא האָבן; װאָרום נאָר דער װאָס װעט זוכן מ ַײן לעבן װעט
זוכן ד ַײן לעבן; װ ַײל אָפּגעהיט װעסטו ז ַײן ב ַײ מיר.
1האָט מען אָנגעזאָגט ָד ִודן ,אַזױ צו זאָגן :זע ,די פּלשתּים
האַלטן מלחמה אױף ק ִעי ֶלה ,און זײ רױבן די ש ַײערן.כג
2האָט דוד געפֿרעגט ב ַײ גאָט ,אַזױ צו זאָגן :זאָל איך גײן ,און שלאָגן
די דאָזיקע פּלשתּים? האָט גאָט געזאָגט צו ָד ִודן :גײ ,און זאָלסט
שלאָגן די פּלשתּים ,און העלפֿן ק ִעי ֶלה.
3האָבן די מענטשן פֿון ָד ִודן צו אים געזאָגט :זע ,דאָ אין יהוּדה
ז ַײנען מיר אין מורא ,ה ַײנט װי שױן אַז מיר װעלן גײן קײן ק ִעי ֶלה,
אַקעגן די רײען פֿון די פּלשתּים?