Page 54 - Shmuel a
P. 54

‫שמוּאל א‬

‫װאָר‪ ,‬אַ װ ַײב איז פֿאַרמיטן פֿון אונדז אַזױ װי אַלע מאָל אַז איך גײ‬
‫אַרױס; און די כּלים פֿון די יונגען װערן געהאַלטן הײליק; און דאָס‬
‫איז דער שטײגער מיט װאָכעדיקן‪ ,‬און װי שױן ה ַײנט‪ ,‬אַז הײליקס‬

                                                 ‫װעט ז ַײן אין דער כּלי!‬

‫‪ 7‬האָט אים דער כּהן געגעבן הײליקס; װאָרום דאָרטן איז ניט געװען‬
‫קײן ברױט‪ ,‬נאָר בלױז דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט װאָס איז‬
‫אַראָפּגענומען געװאָרן פֿון פֿאַר גאָט‪ ,‬כּדי אַװעקצולײגן װאַרעם‬

           ‫ברױט‪ ,‬אין דעם טאָג װאָס עס איז אַװעקגענומען געװאָרן‪.‬‬

‫‪ 8‬און דאָרטן איז געװען אַ מאַן פֿון שאָולס קנעכט אין יענעם טאָג‬
‫װאָס האָט זיך אױפֿגעהאַלטן פֿאַר גאָט‪ ,‬און ז ַײן נאָמען איז געװען‬

     ‫דוֹ ֵאג דער אַדוֹמי‪ ,‬דער הױפּט פֿון די פּאַסטוכער װאָס ב ַײ ָשאולן‪.‬‬

‫‪ 9‬און דוד האָט געזאָגט צו אַחי ֶמ ֶלכן‪ :‬און איז ניטאָ דאָ אונטער ד ַײן‬
‫האַנט אַ שפּיז אָדער אַ שװערד? װאָרום אַפֿילו מ ַײן שװערד‪ ,‬און‬
‫אַפֿילו מ ַײנע װאַפֿן‪ ,‬האָב איך ניט מיטגענומען מיט זיך‪ ,‬װ ַײל די זאַך‬
‫פֿון דעם מלך איז געװען א ַײליק‪ 10 .‬האָט דער כּהן געזאָגט‪ :‬די‬
‫שװערד פֿון ָגלַית דעם פּ ִלשתּי װאָס דו האָסט געשלאָגן אין טאָל‬
‫ֵא ָלה‪ ,‬אָן איז זי א ַײנגעװיקלט אין אַ טוך הינטער דעם אפֿוד; אױב דו‬
‫װילסט זי דיר נעמען‪ ,‬נעם‪ ,‬װאָרום קײן אַנדערע חוץ איר איז דאָ‬

             ‫ניטאָ‪ 11 .‬האָט דוד געזאָגט‪ :‬ניטאָ איר גל ַײכן; גיב זי מיר‪.‬‬

‫און דוד איז אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און איז אַנטלאָפֿן אין יענעם טאָג פֿון‬
                  ‫ָשאולן‪ ,‬און איז געקומען צו אָכיש דעם מלך פֿון ַגת‪.‬‬

‫‪ 12‬האָבן די קנעכט פֿון אָכישן געזאָגט צו אים‪ :‬איז דאָס ניט דוד‬
‫דער מלך פֿון לאַנד? האָט מען ניט אױף דעם דאָזיקן געזונגען מיט‬

                                                   ‫טענץ‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

                               ‫ָשאול האָט געשלאָגן אין ז ַײנע טױזנטן‪,‬‬
                                        ‫און דוד אין ז ַײנע צענטױזנטן?‬

‫‪ 13‬האָט דוד זיך אַר ַײנגענומען די דאָזיקע װערטער אין האַרצן‪ ,‬און‬
‫ער האָט זײער מורא געהאַט פֿאַר אָכיש דעם מלך פֿון ַגת‪ 14 .‬האָט‬
‫ער געביטן ז ַײן שׂכל פֿאַר זײערע אױגן‪ ,‬און האָט זיך משוגע געמאַכט‬
‫פֿאַר זײ‪ ,‬און האָט געצײכנט אױף די טירן פֿון טױער‪ ,‬און געלאָזט‬
   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59