Page 59 - Shmuel a
P. 59

‫שמוּאל א‬

‫איז ָשאולן אָנגעזאָגט געװאָרן‪ ,‬אַז דוד איז אַנטרונען געװאָרן פֿון‬
                   ‫ק ִעי ֶלה; און ער האָט זיך פֿאַרמיטן פֿון אַרױסצוגײן‪.‬‬

‫‪ 14‬און דוד איז געזעסן אין מדבר‪ ,‬אין די פֿעסטונגען; און ער איז‬
‫געזעסן אױפֿן באַרג אין מדבר זיף‪ .‬און ָשאול האָט אַלע טאָג געזוכט‪,‬‬
‫אָבער גאָט האָט אים ניט געגעבן אין ז ַײן האַנט‪ 15 .‬און דוד האָט‬
‫געזען‪ ,‬אַז ָשאול איז אַרױסגעגאַנגען זוכן ז ַײן לעבן; און דוד איז‬

                                     ‫געװען אין מדבר זיף‪ ,‬אין חוֹר ָשה‪.‬‬

‫‪ 16‬און יהונתן דער זון פֿון ָשאולן איז אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און איז‬
‫געגאַנגען צו ָד ִודן קײן חוֹר ָשה‪ ,‬און ער האָט געשטאַרקט ז ַײן האַנט‬
‫אין גאָט‪ 17 .‬און ער האָט צו אים געזאָגט‪ :‬זאָלסט ניט מורא האָבן‪,‬‬
‫װאָרום די האַנט פֿון מ ַײן פֿאָטער ָשאולן װעט דיך ניט געפֿינען‪ ,‬און‬
‫דו װעסט קיניגן איבער ישׂראל‪ ,‬און איך װעל פֿאַר דיר ז ַײן פֿאַר אַ‬

                    ‫ֵשני‪-‬למלך; און אױך מ ַײן פֿאָטער ָשאול װײס דאָס‪.‬‬

‫‪ 18‬און זײ האָבן בײדע געשלאָסן אַ בונד פֿאַר גאָט; און דוד איז‬
    ‫געבליבן אין חוֹר ָשה‪ ,‬און יהונתן איז אַװעקגעגאַנגען צו ז ַײן הױז‪.‬‬

‫‪ 19‬און די זיפֿער ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען צו ָשאולן קײן ִגבֿ ָעה‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬פֿאַר װאָר‪ ,‬דוד באַהאַלט זיך ב ַײ אונדז אין די פֿעסטונגען אין‬
‫חוֹר ָשה אױפֿן בערגל ַחכי ֶלה װאָס רעכטס פֿון ישימוֹן‪ 20 .‬און אַצונד‪,‬‬
‫מלך‪ ,‬װען נאָר ד ַײן האַרץ געלוסט אַראָפּצונידערן‪ ,‬נידער אַראָפּ‪ ,‬און‬
‫אױף אונדז איז אים איבערצוענטפֿערן אין דער האַנט פֿון מלך‪21 .‬‬
‫האָט ָשאול געזאָגט‪ :‬געבענטשט זאָלט איר ז ַײן פֿון גאָט‪ ,‬װאָס האָט‬
‫איר א ַײך דערבאַרימט אױף מיר‪ 22 .‬גײט‪ ,‬איך בעט א ַײך‪ ,‬פּאַסט‬
‫װידער אױף‪ ,‬און װערט געװאָר‪ ,‬און מערקט ז ַײן אָרט װוּ ז ַײן פֿוס‬
‫איז‪ ,‬װער עס האָט אים דאָרטן געזען; װאָרום מע האָט מיר געזאָגט‪,‬‬
‫ער איז זײער ליסטיק‪ 23 .‬דרום זעט‪ ,‬און װערט געװאָר אַלע‬
‫באַהעלטענישן װאָס ער באַהאַלט זיך דאָרטן‪ ,‬און איר זאָלט זיך‬
‫אומקערן צו מיר מיט זיכערן‪ ,‬און איך װעל גײן מיט א ַײך; און עס‬
‫װעט ז ַײן‪ ,‬אױב ער איז אין לאַנד‪ ,‬װעל איך אים אַרומזוכן צװישן אַלע‬

                                                     ‫טױזנטן פֿון יהוּדה‪.‬‬

‫‪ 24‬ז ַײנען זײ אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און ז ַײנען געגאַנגען קײן זיף פֿאַרױס‬
‫פֿאַר ָשאולן‪ .‬און דוד און ז ַײנע מענטשן ז ַײנען געװען אין מדבר מעון‪,‬‬

                                    ‫אין דעם פּלױן‪ ,‬רעכטס פֿון ישימוֹן‪.‬‬
   54   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64