Page 56 - Shmuel a
P. 56
שמוּאל א
איר בנימינער ,װעט דען דער זון פֿון ִי ַשין א ַײך אַלעמען געבן פֿעלדער
און װ ַײנגערטנער ,װעט ער א ַײך אַלעמען מאַכן פֿאַר הױפּטל ַײט פֿון
טױזנט ,און הױפּטל ַײט פֿון הונדערט 8 ,װאָס איר האָט אַלע געמאַכט
אַ בונט אױף מיר ,און קײנער אַנטפּלעקט ניט מ ַײן אױער ,װען מ ַײן
זון שליסט אַ בונד מיט דעם זון פֿון ִי ַשין ,און קײנער ניט פֿון א ַײך
קימערט זיך אום מיר און אַנטפּלעקט מ ַײן אױער ,אַז מ ַײן זון האָט
אָנגעשטעלט מ ַײן קנעכט אױף מיר פֿאַר אַ לױערער ,אַזױ װי ה ַײנטיקן
טאָג? 9האָט זיך אָפּגערופֿן דוֹ ֵאג דער אַדוֹמי ,װאָס איז געשטאַנען
מיט די קנעכט פֿון ָשאולן ,און ער האָט געזאָגט :איך האָב געזען
דעם זון פֿון ִי ַשין קומען קײן נוֹבֿ צו אַחי ֶמ ֶלך דעם זון פֿון אַחיטובֿן.
10און ער האָט געפֿרעגט פֿאַר אים ב ַײ גאָט; אױך צערונג האָט ער
אים געגעבן ,און די שװערד פֿון ָגלַית דעם פּ ִלשתּי האָט ער אים
געגעבן.
11האָט דער מלך געשיקט רופֿן אַחי ֶמ ֶלך דעם זון פֿון אַחיטובֿ דעם
כּהן ,און דאָס גאַנצע הױז פֿון ז ַײן פֿאָטער ,די כּהנים װאָס אין נוֹבֿ;
און זײ ז ַײנען אַלע געקומען צום מלך 12 .האָט ָשאול געזאָגט :הער
אַקאָרשט ,דו זון פֿון אַחיטובֿן .האָט ער געזאָגט :דאָ בין איך ,מ ַײן
האַר 13 .האָט ָשאול צו אים געזאָגט :פֿאַר װאָס האָט איר געמאַכט
אַ בונט אױף מיר ,דו און דער זון פֿון ִי ַשין ,װען דו האָסט אים
געבראַכט ברױט און אַ שװערד ,און געפֿרעגט פֿאַר אים ב ַײ גאָט ,כּדי
ער זאָל אױפֿשטײן קעגן מיר פֿאַר אַ לױערער ,אַזױ װי ה ַײנטיקן טאָג?
14האָט אַחי ֶמ ֶלך געענטפֿערט דעם מלך ,און האָט געזאָגט :און װער
צװישן אַלע ד ַײנע קנעכט איז אַזױ באַגלױבט װי דוד ,װאָס איז דעם
מלכס אײדעם ,און דער האַר איבער ד ַײן ל ַײבװאַך ,און אָנגעזען אין
ד ַײן הױז? 15האָב איך דען ה ַײנט אָנגעהױבן פֿרעגן פֿאַר אים ב ַײ
גאָט? באַהיט זאָל איך ז ַײן! זאָל דער מלך ניט אַרױפֿלײגן אַ חשד
אױף ז ַײן קנעכט ,אױף דעם גאַנצן הױז פֿון מ ַײן פֿאָטער ,װאָרום ד ַײן
קנעכט האָט פֿון דעם אַלעם ניט געװוּסט קײן זאַך ,קלײן אָדער
גרױס 16 .האָט דער מלך געזאָגט :שטאַרבן מוזטו שטאַרבן ,אַחי ֶמ ֶלך,
דו און דאָס גאַנצע הױז פֿון ד ַײן פֿאָטער.
17און דער מלך האָט געזאָגט צו די לױפֿערס װאָס ז ַײנען געשטאַנען
לעבן אים :דרײט א ַײך אום ,און טײט די כּהנים פֿון גאָט ,װ ַײל אױך
זײער האַנט איז געװען מיט ָד ִודן ,און װ ַײל זײ האָבן געװוּסט אַז ער
אַנטלױפֿט ,און האָבן ניט אַנטפּלעקט מ ַײן אױער .אָבער די קנעכט