Page 61 - Shmuel a
P. 61

‫שמוּאל א‬

‫גאָט איז ער‪ 8 .‬און דוד האָט אָפּגעהאַקט ז ַײנע מענטשן מיט די‬
‫װערטער‪ ,‬און ער האָט זײ ניט געלאָזן אױפֿשטײן אַקעגן ָשאולן‪ .‬און‬

 ‫ָשאול איז אױפֿגעשטאַנען פֿון דער הײל‪ ,‬און איז געגאַנגען אין װעג‪.‬‬

‫‪ 9‬איז דוד דערנאָך אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון‬
‫דער הײל‪ ,‬און ער האָט נאָכגערופֿן ָשאולן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬מ ַײן האַר‬
‫מלך! האָט ָשאול זיך אומגעקוקט הינטער זיך‪ ,‬און דוד האָט זיך‬
‫גענ ַײגט מיטן פּנים צו דער ערד‪ ,‬און זיך געבוקט‪ 10 .‬און דוד האָט‬
‫געזאָגט צו ָשאולן‪ :‬פֿאַר װאָס הערסטו צו די רײד פֿון אַ מענטשן‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬זע‪ ,‬דוד זוכט דיר שלעכטס? ‪ 11‬אָט האָבן ה ַײנטיקן‬
‫טאָג ד ַײנע אױגן געזען‪ ,‬אַז גאָט האָט דיך געגעבן אין מ ַײן האַנט אין‬
‫דער הײל; און מע האָט גערעדט דיך צו הרגען‪ ,‬אָבער ]מ ַײן אױג[‬
‫האָט דיך געשױנט‪ ,‬און איך האָב געזאָגט‪ :‬איך װעל ניט אױסשטרעקן‬
‫מ ַײן האַנט אױף מ ַײן האַר‪ ,‬װאָרום דער געזאַלבטער פֿון גאָט איז ער‪.‬‬
‫‪ 12‬און זע‪ ,‬מ ַײן פֿאָטער‪ ,‬אַדרבה זע דעם ברעג פֿון ד ַײן מאַנטל אין‬
‫מ ַײן האַנט; װאָרום אַז איך האָב אָפּגעשניטן דעם ברעג פֿון ד ַײן‬
‫מאַנטל‪ ,‬און האָב דיך ניט געהרגעט‪ ,‬פֿאַרשטײ און זע‪ ,‬אַז אין מ ַײן‬
‫האַנט איז ניטאָ קײן בײז און קײן פֿאַרברעך‪ ,‬און איך האָב ניט‬
‫געזינדיקט קעגן דיר; און דו לױערסט מ ַײן לעבן צו נעמען‪ 13 .‬זאָל‬
‫גאָט משפּטן צװישן מיר און צװישן דיר‪ ,‬און זאָל גאָט זיך פֿאַר מיר‬
‫נוקם ז ַײן אָן דיר; אָבער מ ַײן האַנט זאָל ניט ז ַײן אױף דיר‪ 14 .‬אַזױ װי‬
‫דאָס שפּריכװאָרט פֿון די פֿאַרצ ַײטיקע זאָגט‪ :‬פֿון שלעכטע קומט‬
‫אַרױס שלעכטס; אָבער מ ַײן האַנט זאָל ניט ז ַײן אױף דיר‪ 15 .‬נאָך‬
‫װעמען איז אַרױסגעגאַנגען דער מלך פֿון ישׂראל? נאָך װעמען‬
‫יאָגסטו זיך? נאָך אַ טױטן הונט‪ ,‬נאָך אַן אײנציקער פֿלױ? ‪ 16‬און זאָל‬
‫גאָט ז ַײן צום ַדֶיין‪ ,‬און משפּטן צװישן מיר און צװישן דיר‪ ,‬און זען‪,‬‬

                   ‫און קריגן מ ַײן קריג‪ ,‬און מיך העלפֿן פֿון ד ַײן האַנט‪.‬‬

‫‪ 17‬און עס איז געװען‪ ,‬װי דוד האָט געענדיקט רעדן די דאָזיקע רײד‬
‫צו ָשאולן‪ ,‬אַזױ האָט ָשאול געזאָגט‪ :‬איז דאָס ד ַײן ָקול‪ ,‬דוד מ ַײן זון?‬
‫און ָשאול האָט אױפֿגעהױבן ז ַײן ָקול‪ ,‬און האָט געװײנט‪ 18 .‬און ער‬
‫האָט געזאָגט צו ָד ִודן‪ :‬דו ביסט גערעכטער פֿון מיר‪ ,‬װאָרום דו‬
‫האָסט מיר געטאָן גוטס‪ ,‬און איך האָב אָפּגעטאָן שלעכטס‪ 19 .‬און דו‬
‫האָסט באַװיזן ה ַײנט װי דו האָסט גוטס געטאָן מיט מיר‪ ,‬װען גאָט‬
‫האָט מיך איבערגעענטפֿערט אין ד ַײן האַנט‪ ,‬און דו האָסט מיך ניט‬
‫געהרגעט‪ 20 .‬און װעט דען עמעצער טרעפֿן ז ַײן פֿ ַײנט‪ ,‬און אים לאָזן‬
   56   57   58   59   60   61   62   63   64   65   66