Page 62 - Shmuel a
P. 62

‫שמוּאל א‬

‫גײן מיט אַ גוטן װעג? דרום זאָל דיר גאָט אָפּצאָלן גוטס פֿאַר װאָס‬
‫דו האָסט מיר געטאָן ה ַײנטיקן טאָג‪ 21 .‬און אַצונד‪ ,‬זע‪ ,‬איך װײס אַז‬
‫קיניגן װעסטו קיניגן און אין ד ַײן האַנט װעט זיך אָפּשטעלן די מלוכה‬
‫פֿון ישׂראל‪ 22 .‬דרום שװער מיר אַצונד‪ ,‬ב ַײ גאָט‪ ,‬אױב דו װעסט‬
‫פֿאַרשנ ַײדן מ ַײן זאָמען נאָך מיר‪ ,‬און אױב דו װעסט פֿאַרטיליקן מ ַײן‬

                                         ‫נאָמען פֿון מ ַײן פֿאָטערס הױז‪.‬‬

‫‪ 23‬האָט דוד געשװאָרן ָשאולן; און ָשאול איז אַװעקגעגאַנגען צו ז ַײן‬
‫הױז‪ ,‬און דוד און ז ַײנע מענטשן ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען אױף דער‬

                                                         ‫באַרגפֿעסטונג‪.‬‬

‫‪ 1‬און שמואל איז געשטאָרבן‪ ,‬און גאַנץ ישׂראל האָבן זיך‬

‫א ַײנגעזאַמלט‪ ,‬און האָבן אים באַקלאָגט; און זײ האָבן איםכה‬
                                       ‫באַגראָבן אין ז ַײן הײם אין רמה‪.‬‬

‫און דוד איז אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און האָט אַראָפּגענידערט צום מדבר‬
                                                                  ‫פּאָ ָרן‪.‬‬

‫‪ 2‬און אין מעון איז געװען אַ מאַן‪ ,‬װאָס ז ַײן װירטשאַפֿט איז געװען‬
‫אין ַכּרמל‪ .‬און דער מאַן איז געװען זײער ר ַײך‪ ,‬און ער האָט געהאַט‬
‫דר ַײ טױזנט שאָף‪ ,‬און טױזנט ציגן; און ער איז געװען ב ַײם שערן פֿון‬
‫ז ַײנע שאָף אין ַכּרמל‪ 3 .‬און דער נאָמען פֿון דער מאַן איז געװען ָנבֿל‪,‬‬
‫און דער נאָמען פֿון ז ַײן װ ַײב אַבֿיַג ִיל‪ .‬און די פֿרױ איז געװען‬
‫װױלפֿאַרשטאַנדיק און שײן אין געשטאַלט; אָבער דער מאַן איז‬
‫געװען האַרט און שלעכט אין מעשׂים; און ער איז געװען פֿון ָכּ ֵלבֿס‬

                                                               ‫משפּחה‪.‬‬

‫‪ 4‬האָט דוד געהערט אין מדבר אַז ָנבֿל שערט ז ַײנע שאָף‪ 5 .‬און דוד‬
‫האָט געשיקט צען יונגען‪ ,‬און דוד האָט געזאָגט צו די יונגען‪ :‬גײט‬
‫אַרױף קײן ַכּרמל‪ ,‬און קומט צו ָנבֿלן און פֿרעגט אים אין מ ַײן נאָמען‬
‫אױף פֿריד‪ 6 .‬און אַזױ זאָלט איר זאָגן‪ :‬צום לעבן! און פֿריד צו דיר‪,‬‬
‫און פֿריד צו ד ַײן הױז‪ ,‬און פֿריד צו אַלץ װאָס איז ד ַײנס! ‪ 7‬און אַצונד‬
‫האָב איך געהערט‪ ,‬אַז מע שערט ב ַײ דיר; אַצונד‪ :‬די פּאַסטוכער װאָס‬
‫ב ַײ דיר ז ַײנען געװען מיט אונדז; ניט מיר האָבן זײ געקריװדעט‪ ,‬און‬
‫ניט ב ַײ זײ איז עפּעס געמינערט געװאָרן אַלע טעג װאָס זײ ז ַײנען‬
   57   58   59   60   61   62   63   64   65   66   67