Page 66 - Shmuel a
P. 66
שמוּאל א
39האָט דוד געהערט ,אַז ָנבֿל איז געשטאָרבן ,און ער האָט געזאָגט:
געלױבט איז גאָט װאָס האָט זיך אָנגענומען די קריװדע פֿון מ ַײן
חרפּה פֿון ָנבֿלס האַנט ,און האָט פֿאַרמיטן ז ַײן קנעכט פֿון שלעכטס;
און דאָס שלעכטס פֿון ָנבֿלן האָט גאָט אומגעקערט אױף ז ַײן קאָפּ.
און דוד האָט געשיקט און גערעדט צו אַבֿיַג ִילן ,זי צו נעמען צו זיך
פֿאַר אַ װ ַײב.
40ז ַײנען געקומען ָד ִודס קנעכט צו אַבֿיַג ִילן קײן ַכּרמל ,און זײ האָבן
גערעדט צו איר ,אַזױ צו זאָגן :דוד האָט אונדז געשיקט צו דיר ,דיך
צו נעמען צו אים פֿאַר אַ װ ַײב.
41איז זי אױפֿגעשטאַנען ,און האָט זיך געבוקט מיטן פּנים צו דער
ערד ,און זי האָט געזאָגט :אָט איז ד ַײן דינסט פֿאַר אַ שקלאַפֿין צו
װאַשן די פֿיס פֿון מ ַײן האַרס קנעכט.
42און אַבֿיַג ִיל האָט געא ַײלט און איז אױפֿגעשטאַנען ,און האָט זיך
געזעצט אױפֿן אײזל ,מיט אירע פֿינף מײדלעך װאָס ז ַײנען געגאַנגען
הינטער איר ,און זי איז געגאַנגען נאָך די שלוחים פֿון ָד ִודן .און זי
איז אים געװאָרן פֿאַר אַ װ ַײב.
43און אַחינוֹעמען האָט דוד גענומען פֿון יזרעאל; און זײ ז ַײנען אים
בײדע געװאָרן פֿאַר װ ַײבער.
44און ָשאול האָט אַװעקגעגעבן ז ַײן טאָכטער ִמיכלָ ,ד ִודס װ ַײב ,צו
ַפּלטי דעם זון פֿון ַל ִישן װאָס פֿון ַגלים.
1און די זיפֿער ז ַײנען געקומען צו ָשאולן קײן ִגבֿ ָעה ,אַזױ צו
זאָגן :פֿאַר װאָר ,דוד באַהאַלט זיך אױף דעם בערגל ַחכי ֶלהכו
פֿאַר ישימוֹן.
2איז ָשאול אױפֿגעשטאַנען ,און האָט אַראָפּגענידערט צום מדבר זיף
מיט דר ַײ טױזנט געקליבענע מענער פֿון ישׂראל ,צו זוכן ָד ִודן אין
מדבר זיף 3 .און ָשאול האָט געלאַגערט אױפֿן בערגל ַחכי ֶלה װאָס
פֿאַר ישימוֹן ב ַײם װעג .און דוד איז געזעסן אין מדבר ,און ער האָט
געמערקט ,אַז ָשאול איז געקומען נאָך אים אין מדבר 4 .און דוד