Page 65 - Shmuel a
P. 65
שמוּאל א
צו זוכן ד ַײן לעבן ,װעט די זעל פֿון מ ַײן האַר ז ַײן א ַײנגעבונדן אין
דעם בונד פֿון לעבן ב ַײ יהוה ד ַײן גאָט ,און די זעל פֿון ד ַײנע פֿ ַײנט ,זי
װעט ער אַװעקשל ַײדערן אין אַ של ַײדערלעפֿל 30 .און עס װעט ז ַײן,
אַז גאָט װעט טאָן צו מ ַײן האַר אַזױ װי אַל דאָס גוטס װאָס ער האָט
אָנגעזאָגט אױף דיר ,און ער װעט דיך באַפֿעלן פֿאַר אַ פֿירשט איבער
ישׂראל 31 ,זאָל דאָס דיר ניט ז ַײן פֿאַר אַ שטרױכלונג ,און פֿאַר אַ
פֿאָרװוּרף פֿון האַרצן פֿון מ ַײן האַר ,װאָס דו האָסט פֿאַרגאָסן בלוט
אומזיסט ,און װאָס מ ַײן האַר האָט זיך אַלײן געהאָלפֿן .און אַז גאָט
װעט באַגיטיקן מ ַײן האַר ,זאָלסטו זיך דערמאָנען אָן ד ַײן דינסט.
32האָט דוד געזאָגט צו אַבֿיַג ִילן :געלױבט איז יהוה דער גאָט פֿון
ישׂראל ,װאָס האָט דיך ה ַײנטיקן טאָג געשיקט מיר אַנטקעגן 33 .און
געבענטשט זאָל ז ַײן ד ַײן שׂכל ,און געבענטשט זאָלסט דו ז ַײן ,װאָס
דו האָסט מיך ה ַײנטיקן טאָג פֿאַרמיטן פֿון באַגײן בלוט-פֿאַרגיסונג,
און זיך העלפֿן מיט מ ַײן אײגענער האַנט 34 .װאָרום פֿאַר װאָר ,אַזױ
װי עס לעבט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל װאָס האָט מיך פֿאַרמיטן פֿון
דיר שלעכטס צו טאָן ,אַז װען דו װאָלסט ניט געא ַײלט און געקומען
מיר אַנטקעגן ,אױב עס װאָלט געבליבן ב ַײ ָנבֿלן ביזן ליכט פֿון
פֿרימאָרגן אַ מאַנספּאַרשױן!
35און דוד האָט אָנגענומען פֿון איר האַנט װאָס זי האָט אים
געבראַכט ,און צו איר האָט ער געזאָגט :גײ אַרױף בשלום צו ד ַײן
הױז .זע ,איך האָב צוגעהערט צו ד ַײן ָקול ,און האָב געשױנט ד ַײן
פּנים.
36און אַבֿיַג ִיל איז געקומען צו ָנבֿלן ,ערשט ער האָט אַ מאָלצ ַײט ב ַײ
זיך אין הױז ,אַזױ װי אַ מאָלצ ַײט פֿון אַ מלך ,און ָנבֿלס האַרץ איז
אים פֿרײלעך ,און ער איז שכּור ביז גאָר .האָט זי אים קײן זאַך ניט
דערצײלט ,קלײן אָדער גרױס ,ביזן ליכט פֿון פֿרימאָרגן.
37און עס איז געװען אין דער פֿרי ,אַז דער װ ַײן איז אַרױס פֿון ָנבֿלן,
האָט אים ז ַײן װ ַײב דערצײלט די דאָזיקע זאַכן ,און ז ַײן האַרץ איז
אָפּגעשטאָרבן אין אים ,און ער איז געװאָרן אַזױ װי שטײן 38 .און
עס איז געװען אין אַרום צען טעג ,האָט גאָט געשלאָגן ָנבֿלן ,און ער
איז געשטאָרבן.