Page 64 - Shmuel a
P. 64

‫שמוּאל א‬

‫געברענטע זאַנגען‪ ,‬און הונדערט בינטלעך ראָזינקעס‪ ,‬און צװײ‬
‫הונדערט קוכנס פֿ ַײגן‪ ,‬און אַרױפֿגעטאָן אױף אײזלען‪ 19 .‬און זי האָט‬
‫געזאָגט צו אירע יונגען‪ :‬גײט אַװעק מיר פֿאַרױס; אָט קום איך א ַײך‬

                        ‫נאָך‪ .‬און איר מאַן ָנבֿלן האָט זי ניט דערצײלט‪.‬‬

‫‪ 20‬און עס איז געװען‪ ,‬װי זי ר ַײט אױף איר אײזל‪ ,‬און נידערט אַראָפּ‬
‫אונטער דעם צודעק פֿון באַרג‪ ,‬ערשט דוד מיט ז ַײנע מענטשן נידערן‬

                     ‫אַראָפּ איר אַנטקעגן‪ ,‬און זי האָט זײ אָנגעטראָפֿן‪.‬‬

‫‪ 21‬און דוד האָט געזאָגט‪ :‬בלױז אומנישט האָב איך געהיט אַלץ װאָס‬
‫געהערט צו דעם דאָזיקן אין מדבר‪ ,‬און גאָרנישט איז געמינערט‬
‫געװאָרן פֿון אַלץ װאָס געהערט צו אים; און ער האָט מיר‬
‫אומגעקערט אַ ָרעה פֿאַר אַ טובֿה‪ 22 .‬זאָל גאָט טאָן אַזױ און נאָך‬
‫מער צו די פֿ ַײנט פֿון ָד ִודן‪ ,‬אױב איך װעל איבערלאָזן פֿון אַלע װאָס‬

           ‫געהערן צו אים ביזן ליכט פֿון פֿרימאָרגן אַ מאַנספּאַרשױן!‬

‫‪ 23‬און װי אַבֿיַג ִיל האָט דערזען ָד ִודן‪ ,‬אַזױ האָט זי געא ַײלט און‬
‫אַראָפּגענידערט פֿון אײזל‪ ,‬און איז געפֿאַלן אױף איר פּנים פֿאַר ָד ִודס‬
‫אָנגעזיכט‪ ,‬און האָט זיך געבוקט צו דער ערד‪ 24 .‬און זי איז געפֿאַלן‬
‫צו ז ַײנע פֿיס‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬אױף מיר אַלײן‪ ,‬מ ַײן האַר‪ ,‬די שולד!‬
‫און זאָל ד ַײן דינסט‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬רעדן אין ד ַײנע אױערן‪ ,‬און הער‬
‫צו די װערטער פֿון ד ַײן דינסט‪ 25 .‬זאָל‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬מ ַײן האַר ניט‬
‫טאָן ז ַײן האַרץ אױף דעם דאָזיקן נידערטרעכטיקן מענטשן‪ ,‬אױף‬
‫ָנבֿלן‪ ,‬װאָרום אַזױ װי ז ַײן נאָמען‪ ,‬אַזױ איז ער‪ָ .‬נבֿל איז ז ַײן נאָמען‪,‬‬
‫און מנוּװלדיקײט איז אין אים‪ .‬און איך ד ַײן דינסט האָב ניט געזען די‬
‫יונגען פֿון מ ַײן האַר‪ ,‬װאָס דו האָסט געשיקט‪ 26 .‬און אַצונד‪ ,‬מ ַײן‬
‫האַר‪ ,‬אַזױ װי גאָט לעבט‪ ,‬און אַזױ װי ד ַײן זעל לעבט‪ ,‬אַז דאָס האָט‬
‫דיך גאָט פֿאַרמיטן פֿון פֿאַרגײן בלוט‪-‬פֿאַרגיסונג‪ ,‬און זיך העלפֿן מיט‬
‫ד ַײן אײגענער האַנט! און אַצונד‪ ,‬זאָלן װערן אַזױ װי ָנבֿל ד ַײנע‬
‫שׂונאים און די װאָס זוכן שלעכטס אױף מ ַײן האַר‪ 27 .‬און אַצונד‪,‬‬
‫זאָל די דאָזיקע מתּנה‪ ,‬װאָס ד ַײן דינסט האָט געבראַכט צו מ ַײן האַר‪,‬‬
‫געגעבן װערן צו די יונגען װאָס גײען הינטער מ ַײן האַר‪ 28 .‬פֿאַרגיב‪,‬‬
‫איך בעט דיך‪ ,‬דעם פֿאַרברעך פֿון ד ַײן דינסט‪ ,‬װאָרום מאַכן װעט גאָט‬
‫מאַכן מ ַײן האַר אַ זיכער הױז‪ ,‬װ ַײל די מלחמות פֿון גאָט פֿירט מ ַײן‬
‫האַר‪ ,‬און קײן בײז איז ניט געפֿונען געװאָרן אין דיר פֿון ד ַײן לעבטאָג‬
‫אָן‪ 29 .‬הגם אַ מענטש איז אױפֿגעשטאַנען זיך צו יאָגן נאָך דיר‪ ,‬און‬
   59   60   61   62   63   64   65   66   67   68   69