Page 63 - Shmuel a
P. 63

‫שמוּאל א‬

‫געװען אין ַכּרמל ‪ 8-‬פֿרעג ד ַײנע יונגען‪ ,‬און זײ װעלן דיר דערצײלן –‬
‫טאָ זאָלן די יונגען געפֿינען ל ַײטזעליקײט אין ד ַײנע אױגן; װאָרום אין‬
‫אַ גוטן טאָג ז ַײנען מיר געקומען‪ .‬גיב‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬װאָס ד ַײן האַנט‬

                   ‫װעט געפֿינען‪ ,‬צו ד ַײנע קנעכט און צו ד ַײן זון ָד ִודן‪.‬‬

‫‪ 9‬ז ַײנען געקומען די יונגען פֿון ָד ִודן‪ ,‬און האָבן גערעדט צו ָנבֿלן אַזױ‬
‫װי אַלע די דאָזיקע רײד אין נאָמען פֿון ָד ִודן; און זײ האָבן זיך‬
‫פֿאַררוט‪ 10 .‬האָט ָנבֿל געענטפֿערט די קנעכט פֿון ָד ִודן‪ ,‬און האָט‬
‫געזאָגט‪ :‬װער איז דוד? און װער איז דער זון פֿון ִי ַשין? ה ַײנט צו טאָג‬
‫ז ַײנען דאָ אַ סך קנעכט װאָס ר ַײסן זיך אַװעק איטלעכער פֿון ז ַײן‬
‫האַר‪ 11 .‬און איך זאָל נעמען מ ַײן ברױט און מ ַײן װאַסער‪ ,‬און מ ַײן‬
‫שעכטונג װאָס איך האָב געשאָכטן פֿאַר מ ַײנע שערערס‪ ,‬און‬

 ‫אַװעקשענקען צו מענטשן װאָס איך װײס ניט פֿון װאַנען זײ ז ַײנען?‬

‫‪ 12‬האָבן די יונגען פֿון ָד ִודן זיך פֿאַרקערט אױף זײער װעג‪ ,‬און זײ‬
‫ז ַײנען צוריקגעגאַנגען‪ ,‬און ז ַײנען געקומען‪ ,‬און האָבן אים דערצײלט‬
‫אַזױ װי אַלע די דאָזיקע װערטער‪ 13 .‬האָט דוד געזאָגט צו ז ַײנע‬
‫מענטשן‪ :‬גורט אָן איטלעכער ז ַײן שװערד‪ .‬האָבן זײ איטלעכער‬
‫אָנגעגורט ז ַײן שװערד‪ ,‬אױך דוד האָט אָנגעגורט ז ַײן שװערד; און עס‬
‫ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען נאָך ָד ִודן אַרום פֿיר הונדערט מאַן; און צװײ‬

                                  ‫הונדערט ז ַײנען געבליבן ב ַײ די זאַכן‪.‬‬

‫‪ 14‬און אַבֿיַג ִילן‪ָ ,‬נבֿלס װ ַײב‪ ,‬האָט דערצײלט אײן יונג פֿון די יונגען‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬זע‪ ,‬דוד האָט געשיקט שלוחים פֿון מדבר אָנצוּװינטשן‬
‫אונדזער האַר‪ ,‬און ער איז אױף זײ אָנגעפֿאַלן‪ 15 .‬און די מענטשן‬
‫ז ַײנען געװען זײער גוט צו אונדז‪ ,‬און ניט מיר ז ַײנען געקריװדעט‬
‫געװאָרן‪ ,‬און ניט ב ַײ אונדז איז עפּעס געמינערט געװאָרן‪ ,‬אַלע טעג‬
‫װאָס מיר ז ַײנען אומגעגאַנגען מיט זײ‪ ,‬װען מיר ז ַײנען געװען אין‬
‫פֿעלד‪ 16 .‬זײ ז ַײנען געװען אַ מױער אַרום אונדז אי ב ַײ נאַכט אי ב ַײ‬
‫טאָג‪ ,‬אַלע טעג װאָס מיר ז ַײנען געװען מיט זײ‪ ,‬פֿיטערנדיק די שאָף‪.‬‬
‫‪ 17‬און אַצונד װײס און זע װאָס דו זאָלסט טאָן‪ ,‬װ ַײל אַן אומגליק‬
‫איז באַשלאָסן אױף אונדזער האַר און אױף ז ַײן גאַנצן הױז; און ער‬

       ‫איז אַ נידערטרעכטיקער יונג‪ ,‬אַז עס איז ניט צו רעדן צו אים‪.‬‬

‫‪ 18‬האָט אַבֿיַג ִיל געא ַײלט און האָט גענומען צװײ הונדערט ברױטן‪,‬‬
‫און צװײ לאָגלען װ ַײן‪ ,‬און פֿינף געמאַכטע שאָף‪ ,‬און פֿינף ְסאָה‬
   58   59   60   61   62   63   64   65   66   67   68